ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'שסו

ב"ה, ו' ערב שבת קדש פ' כי תשא, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

צום יערלעכן באנקעט פון דער ליידיס

אקזילערי פון

בראנזוויל און איסט ניו-יארק פאר די

ליובאוויטשער

ישיבות "תומכי-תמימים"

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער מיטטיילונג וועגן דעם יערלעכן באנקעט וואס קומט פאר זונטאג אי"ה,

שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו אלע אנטיילנעמער שי' און דער אינערלעכער האפנונג, אז די אונטערנעמונג וועט האבן דעם פארדינטן דערפאלג, סיי פינאנציעל און סיי גייסטיק.

אזוי ווי בא אידן איז א מנהג צו פארבינדן אלע וויכטיקע געשעענישן מיט דער וועכנטלעכער סדרה, וויל איך זין פאררופן אויף דעם אנהויב פון דער סדרה וואס עס ווערט געלייענט היינטיקן שבת, וואו עס רעדט זיך וועגן דער מצוה פון מחצית-השקל.

דער מדרש דערציילט, אז משה רבינו האט זיך געוואונדערט, ווי אזוי א זילבערנע מטבע וואס א איד באשטייערט צום משכן, קען האבן אזא גוואלדיקע קראפט, אז דאס ווערט אנגענומען אלס "כופר נפש" - אויסלייז-געלט און כפרה (פארגעבונג), פונקט ווי מ'וואלט דאס לעבן אליין געגעבן דעם אויבערשטן. האט דער אויבערשטער געוויזן צו משה רבינו א פייערדיקע מטבע (מטבע של אש) און האט אים געזאגט: "אט אזא זאך זאלן זיי געבן" (כזה יתנו).

די דערקלערונג דערפון איז:

כאטש געלט איז א גשמיות'דיקע זאך, איז אבער ווען א איד גיט צדקה פאר א הייליקן צוועק, ווי א משכן אדער א ישיבה, און גיט עס ווי עס באדארף צו זיין: אין דער פולער מאס, מיטן גאנצן הארצן און מיט אמת'ער פרייד און מיט ברען - פארבינדט ער דאס מיטן פייער פון זיין ג-טלעכער נשמה, אזוי אז אפילו אזא פשוטע און גשמיות'דיקע זאך ווי געלט, ווערט א פייערדיקע הייליקע זאך און באקומט די ג-טלעכע קראפט פון "כופר נפש".

די ארבעט פון די ליידיס אקזילערי צו העלפן שאפן די "מטבע של אש" פאר "תומכי תמימים" דארף באלעבט ווערן פון דער באטייליקונג פון די אידישע פרויען אין דעם בויען פון דעם משכן, ווען די אידישע פרויען האבן זיך באזונדערס אויסגעצייכנט מיט זייער איבערגעבנהייט און מסירות-נפש, און האבן געדינט אלס לעבעדיקער ביישפיל פאר אלעמען.

השם יתברך זאל בענטשן אייער ארבעט, מיט גרויס דערפאלג, אין כמות און אין איכות, און זאל שיקן זיין ברכה צו אייך און אייערע בני-בית שיחיו, ווי אויך צו אלע אנטיילנעמער און זייערע בני-בית שיחיו, אין אלץ וואס מען נויטיקט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה לבשורות טובות.

ח'שסו

חלקה נפדב בלקו"ש ח"ב ע' 677 והושלמה עפ"י העתק המזכירות.

דער מדרש: ראה לקו"ש חכ"ו ע' 229 הערה 2. וש"נ.