ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'ת

ב"ה, י"א ניסן, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

לאחינו בני ישראל בכל אתר ואתר

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

חג המצות, זמן חירותנו, דער יום-טוב פון אונזער באפרייאונג,

א טייל פון תורה, וואס תורה מיינט דאך הוראה - לערנען און אנווייזען,

לערנט אונז און באלייכט דעם ריכטיגן באגריף פון פרייהייט, א באגריף וואס ווערט אויסגעטייטשט אויף פערשידענע, אויך משונה'דיקע אופנים.

דער יום-טוב פסח איז א דערמאנונג און ערקלערונג וואס אמת'ע באפרייאונג באדייטעט - עס דארף זיין א פולשטענדיקע און גאנצע באפרייאונג אין אלע דריי געביטן, פון וועלכע עס באשטייט דער מענטש און זיין לעבן: א) דער געביט פון דער נשמה, ב) דער געביט פון דעם גוף, ג) די וועלט ארום עם.

אין יעדערן פון די געביטן און אין זיי אלע דריי צוזאמען.

דאס מיינט, אז אין יעדערן פון די געביטן דארף א איד זיין אמת פריי, און דאס דארף זיין אין א וועג, אז עס זאל ניט זיין קיין מלחמה און צעשפליטערונג צווישן זיי.

נאר אדרבה, זיי זאלן דערגענצען און פארפולקאמען איינער דעם צווייטן; בלויז דאן איז דאס אן אמת'ע חירות.

זעלבסטפארשטענדלעך איז עס אונמעגלעך, אז די דערמאנטע הארמאנישע און פולע פרייהייט זאל דערגרייכט ווערן דורכדעם וואס די נשמה, דער חלק אלקה ממעל ממש (דאס ג-טליכע אין מענטשן) וועט זיך בויגן צום גוף, און ביידע נשמה און גוף, וועלן זיך בויגן צו וועלט. דאס העכסטע קען ניט דינען דאס נידעריקערע און זיין צופרידען דערמיט. דאס העכסטע אין מענטשלעכן לעבן, די נשמה, וועט קיינמאל ניט מסכים זיין צו דערנידעריקן זיך צום גוף. דערפון פאלגט דער קלארער אויספיר, אז די אמת'ע פרייהייט קען דערגרייכט ווערן בלויז דאן, ווען די נידעריקערע באשטאנדטיילען פון מענטשלעכן לעבן, דער גוף און די וועלט ארום וועלן זיך דערהויבן צו דער העכסט מעגליכער פאר זיין מדריגה פון נאענטקייט צו דער נשמה און אירע שטרעבונגען, און די נשמה וועט זיך אויך באפרייען פון דעם אלעם וואס שטערט איר אין איר דערהויבונג.

* * *

אזוי געפינען מיר דאך אין גלות מצרים און יציאת מצרים.

גלות מצרים איז געווען א פולשטענדיקע פארשקלאפונג אין די אלע דריי אויבנדערמאנטע געביטן פון מענטשלעכן לעבן: (א) די גייסטיקע פארשקלאפונג אין א לאנד און צו א לאנד פון טומאה און נידעריקסטע מאראלישע געפאלנקייט, וואס דערפאר ווערט דאך מצרים אנגערופן - ערות הארץ, (ב) די ערגסטע פיזישע פארשקלאפונג פון עבודת פרך, און (ג) די פולסטע בארויבונג פון זייער חלק אין וועלט צו וועלכע זיי זיינען געווען בארעכטיקט אלס מענטשן בכלל, און אידן בפרט.

יציאת מצרים, די באפרייאונג, איז אויך געווען אין אלע דריי געביטן, און אויך אין דער פולסטער און העכסטער מאס: (א) צום אלעם ערשטן - פולשטענדיגע באפרייאונג פון דער נשמה: משכו וקחו לכם צאן... ושחטו הפסח - נעמען שאף און בריינגן פון זיי דעם קרבן פסח - ניט נאר ניט דינען דעם אפגאט פון מצרים, נאר אויך עפענטליך באווייזען זיין נישטיקייט. (ב) די פולשטענדיקע באפרייאונג פון גוף פארשקלאפונג - מ'גייט ארויס פון מצרים ביד רמה, מיט אן אויפגעהייבענער קאפ מיט געזאנג און פאראד. (ג) און זייער חלק אין וועלט - מען גייט ארויס ברכוש גדול, מיט א גרויסן אייגענטום.

* * *

עס זיינען דא אזוינע וואס ווילן זיך באנוגענען מיט דער באפרייאונג פון דער נשמה: ער דאווענט, ער לערנט תורה א. א. וו. אבער אז ער זעצט זיך עסען און טרינקען - איז ער פארשקלאפט צו דער בהמה וואס איז אין מענטשן.

עס איז דא א ווייטערדיקע שיטה - מען אנערקענט אז אויך דער גוף און זיינע באדערפענישן דארפן באפרייט ווערן און עס דארף זיין קענטיג אז דאס עסט אן איד -

אבער אז מען גייט ארויס פון שטוב און מען דארף טאן אין וועלט און אויפטאן אין וועלט, באקומען רכוש - דארפ'ן זיין אן עבד (שקלאף) פון ארץ מצרים, ווארום די תורה, דעם שולחן ערוך, זיין יציאת מצרים - האט ער געלאזן און פארשלאסן אין הויז.

און דאס דערמאנט מען און מען מאנט בא יעדערן: תזכור את יום צאתך מארץ מצרים כל ימי חייך - יעדער טאג פון זיין לעבן דארף א איד געדיינקען יציאת מצרים:

געדיינק אז דו ביסט באפרייט גווארען - א באפרייאונג פון דער נשמה, א באפרייאונג פון דעם גוף, און די באפרייטע נשמה וגוף האבן געמאכט פון מצרים'שע רכוש - אז עס איז געווארען זייער רכוש גדול, א אידישער רכוש גדול.

* * *

איני מבקש אלא לפי כוחן - דער אויבערשטער וואס ער איז דאך דער באשעפער פון דעם מענטשן זאגט, אז דאס וואס ער בעט בא אידן און מאנט פון זיי איז עס לויט זייער כח און מעגליכקייט, עס דארף נאר זיין דער פעסטער ווילן צו ערפילן דעם אויבערשטנ'ס בקשה. און דאס איז אויך דער וועג, דער איינציגער וועג - וואס פירט צו חירותנו - צו אונזער אמת'ער באפרייאונג, באפרייאונג פון דעם אינווייניגסטען גלות און דאן אויך פון גלות כפשוטה - דורך משיח צדקנו.

בברכה צו א כשר'ן און פרייליכען פסח.

מנחם שניאורסאהן

ח'ת

נדפסה בהגדה של פסח ח"ב ע' תקצד (הוצאת תשנ"א).

תורה.. הוראה: ראה זח"ג נג, ב.

אמת'ע באפרייאונג: להעיר משמות רבה פמ"א, ז: חירות מן גליות.. ממלאך המות.. מן היסורין. וראה ג"כ תקו"ז תנ"ו.

באשטייט דער מענטש.. די וועלט: ראה תניא פל"ז (מח, א): וכל פרט מהם הוא כולל ושייך כו'. וראה קהלת ג, יא. זח"א קצה, ב. לקו"ת במדבר (ה, ב).

חלק.. ממש: תניא רפ"ב. וראה שם ספכ"ד: וגם בשעת החטא כו'.

גייסטיקע פארשקלאפונג: ראה ז"ח ר"פ יתרו. שמ"ר פ"ג, ד.

פולסטע בארויבונג: אפילו תבן אין ניתן (שמות ה, טז) וראה ספרי לבהעלותך (יא, ה) הובא בפירש"י שם.

משכו וקחו כו': ראה שמ"ר פט"ז, ב-ג. יחזקאל כ, ז.

געזאנג און פאראד: מכילתא בשלח יד, ח.

באקומען רכוש: ראה רמב"ם הל' דעות פ"ג ה"ב.

איני מבקש: תנחומא פנחס יד (בשינוי לשון). וראה ע"ז ג, א.

און דאן אויך: ראה תניא פל"ז.

משיח צדקנו: כמרז"ל (מדרש תהלים סא): קראוהו במצרים ענה אותם כו' ואף עכשיו שאנו בקצה הארץ אליך אקרא - ומסיים בכתוב: ימים על ימי מלך תוסיף גו' לשלמי נדרי יום יום וביאר בתרגום פירושו - ביאת מלך המשיח.