ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תד

ב"ה, י"ח ניסן, תשכ"ב

ברוקלין.

מר דוד שי'

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון י"ב ניסן,

ות"ח פאר די ברכה וואנשען, און ווי גערעט מערערע מאל איז פראן דער שטארקער אנזאג אין תורה, אז דער וואס בענטשט א אידען בענטשט עם השי"ת, כמה שכתוב ואברכה מברכיך, וברכתו של הקב"ה היא בתוספת מרובה על העיקר.

צום אינהאלט פון אייער בריף, וועגען דער מצוה פון עלי' לרגל.

וויל איך זיין שטארק אין האפענונג, וויבאלד אז איר טוט שרייבט אזוי בנוגע א מצוה, וואס פאר אידען, וועלכע געפינען זיך אין חוץ לארץ בזמן שבית המקדש הי' קיים, און ווער רעדט אז משחרב בית המקדש, פאר אלע אידען, איז די מצוה זיכער ניט מדאורייתא, איז דאך מכל שכן וקל וחומר אז איר וועט טאן מכאן ולהבא, אלעס וואס עס היינגט אפ פון אייך, צו מקיים זיין די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך, וכביאור חכמנו ז"ל אז דאס ענטהאלט אויך, אזוי ווי מ'וויל טאן פאר זיך, צו אויפפירען זיך אין טאג טעגליכען לעבען לויט די אנווייזונגען פון תורתנו הק' תורת חיים ובקיום מצותי' עליהם נאמר וחי בהם, דארפמען אויך אזוי טאן, בדרכי נועם, אז אלע ארום זיך זאלען מקיים זיין די אלע מצות וועלכע זיינען זיכער מדאורייתא, אלע מצות וועלכע זיינען מדרבנן, און דערנאך אויך צוטרייען זיי צו הידור מצוה וכו' וכו' און מיר זיינען פארזיכערט געווארען, אז דברים היוצאין מן הלב נכנסים אל הלב.

און לויט ווי איך האב געהערט, אז אין פאסייעק איז דא פיל צו אופיטאן בנוגע חינוך על טהרת הקדש, וואס פילע קינדער האבען פארלויפיג נאך ניט אזא חינוך און אזוי אויך צו אנדערע ענינים על טהרת הקדש וכו' און איך האף אז ווי געזאגט איר וועט טאן אין דעם מיט גרויס ענערגיע והשי"ת יצליחו.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

מפני קדושת המועד לא בא כ"ק אדמו"ר שליט"א על החתום, והנני חותם בשמו,

המזכיר

נ. ב. פארשענדליך וועט מיר זיין איינגענאם צו הערען פון אייער הצלחה אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.

ח'תד

מר דוד: הלמן, פסייעק.

אנזאג אין תורה: ראה גם לעיל אגרת ח'תב. וש"נ.

מצוה פון עלי' לרגל: ראה גם לעיל אגרת ח'רנח, ובהנסמן בהערות שם.