ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תז

ב"ה, ל' ניסן, א' דר"ח אייר ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

צו אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון ישיבת

"אחי-תמימים" ליובאוויטש אין נוארק,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך האב מיט פארגעניגען אויפגעונמען די ידיעה וועגן אייער פארשטייענדער יערלעכער אונטערנעמונג, כ"ג אייר, הבא עלינו לטובה.

ארויסגייענדיק פון דעם סגולה-חודש ניסן, און אריינגייענדיק אין דעם סגולה-חודש אייר, שיק איך מיין ברכה אז השם יתברך זאל באגליקן אייער אונטערנעמונג אין ביידע הינזיכטן, מאטעריעל און גייסטיק, וואס בא אידן זיינען זיי אויסגעבונדן און פאראייניקט צוזאמען.

דער חודש אייר צייכנט זיך אויס דערמיט וואס יעדער טאג פון דעם חודש איז געבענטשט מיט א באזונדערע מצוה, די מצוה פון ספירת העומר. אין דעם חודש איז אויך אנגעהובין געווארן דאס בויען פון דעם ערשטן בית-המקדש.

ווי ס'איז באוואוסט, פארנעמען היינט די ישיבה און בית-הכנסת, וואו אידן לערנען תורה און טוען תפילה, דעם ארט פון דעם בית-המקדש, און ווערן אנגערופן "בית מקדש מעט". זייער אויפגאבע איז די זעלבע ווי די אויפגאבע פון בית-המקדש: אויפצוהאלטן דעם צוזאמענבונד פון אידן מיט זייער פאטער אין הימל, דורך תורה און מצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן, דער שטענדיקער אוכאונטערבראכענער אידישער לעבנס-וועג.

איר אלע וועלכע האבן א חלק אין דעם, דורך אייער הילף צו דער ישיבה, אינוועסטירט אין באלדיקע און אייביקע ווערטן און גונסטן.

איך האף אז איר וועט דאס טאן מיט א ברייטער האנט, און דאס וועט אייך ביישטיין געבענטשט צו ווערן פון אויבערשטן פון זיין פולער און ברייטער האנט, אין אלע אייערע באדערפענישן, בגשמיות וברוחניות.

בכבוד ובברכה

מ. שניאורסאהן

ח'תז

חלקה נדפס בלקו"ש ח"ז ע' 303 והושלמה ע"פ צילום האגרת.

ס'איז באוואוסט: מגילה כט, א.