ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תיז

ב"ה, ל"ג בעומר, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

צו די חברות פון אגודת נשי ובנות חב"ד איבעראל, און צו

די אנטיילנעמער אין דער זיבעטער יערלעכער קאנווענשאן

בפרט

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

די יערלעכע קאנווענשאן קומט הייאר פאר גלייך נאך שבת-חזק, דער סיום פון ספר ויקרא, וועלכער ווערט אנגערופן תורת-כהנים און ספר-הקרבות. און איך האף אז דאס וועט געבן דעם ריכטיקן "טאן" צו דער קאנווענשאן.

דער געדאנק דערפון איז:

אידן בכלל, און יעדער איד בפרט, דארף זיין ענליך צו א "כהן", ווי דער אויבערשטער האט אנגעזאגט: ואתם תהיו לי ממלכת כהנים (איר וועט זיין צו מיר א קעניגרייך פון כהנים). פונקט ווי א כהן איז אויסדערוויילט געווארען כדי אפצוגעבן זיך מיט דער הייליקער עבודה, ניט נאר פאר זיך נאר אויך פאר זיינע ברידער, דעם גאנצן אידישן פאלק, אזוי איז יעדער איד אויסדערוויילט געווארן צו דינען דעם אויבערשטן און האט אויך א פאראנטווארטלעכקייט לגבי דעם ארום.

עבודת ה' - דינען דעם אויבערשטן - מיינט ניט אויסטאן זיך און אויסשליסן זיך פון וועלט; עס מיינט דינען דעם אויבערשטן אין דער וועלט און מיט דער וועלט - אנהייבענדיג פון דער אייגענער הויז, וועלכע פירט זיך אזוי, אז די שכינה זאל דארטן רוען - ווי דער פסוק זאגט: ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם.

דאס ווערט דערגרייכט דורך אן אויפפירונג ענליך צו קרבנות.

דער ענין פון קרבנות איז געווען: מ'האט גענומען זאכן פון זיין אייגענטום - א שעפס, מעל, בוימעל, וויין, זאלץ א. ז. וו. - און דערפון געמאכט א קרבן: א קרבן-עולה, אינגאנצן פאר ג-ט, א קרבן-שלמים, וואס נאכדעם וואס מ'האט מקריב געווען א טייל אפן מזבח, האט דער כהן און דער איד וואס האט געבראכט דעם קרבן געגעסן, געגעסן בטהרה.

אויף דעם וועג דארף זיך פירן א אידישע הויז אין אלע אירע איינצעלהייטן, און דאן רוהט דארט די שכינה, און עס איז א הויז געבענשט בגשמיות וברוחניות.

פארווירקלעכן דאס אין לעבן - היינגט אפ צום גרעסטן טייל און דאס איז די הויפט אויפגאבע פון דער אידישער פרוי, די עקרת-הבית: אריינצובריינגען די שכינה אין דער היים און אין דעם פאמיליען-לעבן, און צו דערציען די קינדער אין דעם גייסט.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט דורכפירן אייער אויפגאבע אין דער פולער מאס און מיט חסידישער ווארעמקייט און לעבעדיקייט.

און אזוי ארום אויך דערנעענטערן די צייט ווען דער בית-המקדש וועט ווידער אויפגעבויט ווערן און די עבודה וועט ווידער אויפגעריכט ווערן, ווען עס וועט קומען די גאולה האמתית והשלימה דורך משיח צדקנו, במהרה בימינו.

מיט א וואונש און ברכה אז די קאנווענשאן און אלע חברות בכלל זאלן דערפילען דאס אלעס אויבענדערמאנטע מיט הצלחה בשמחה ובטוב לבב.

מנחם שניאורסאהן

ח'תיז

נדפסה בלקו"ש ח"ב ע' 683 והושלמה עפ"י צילום האגרת.