ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תכה

ב"ה, ראש חודש סיון, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

אגודת נשים דבראנזוויל ואיסט ניו-יארק,

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן דעם יערלעכן לאנטשאן און "שלוס מיטינג" וואס וועט פארקומען אי"ה אויף מארגן נאך אסרו-חג השבועות, זמן מתן תורתנו.

אין די ענינים פון קדושה און פון תורה און מצוות איז, זעלבסטפארשטענדלעך, ניט שייך אן אפשליסונג אין דעם געוויינלעכן זין פון ווארט. עס קען זיך בלויז ריידן וועגן א הפסקה, אבער אויך די הפסקה איז ניט א צוועק פאר זיך, נאר א מיטל צו באנייען די אלע ענינים פון קדושה תורה ומצוות, וואס ס'איז דער צוועק פון דער אגודת נשים, און מיט פארגרעסערטע כוחות.

אט די דאזיקע אמת'ע כוונה פון דער הפסקה אדער "שלוס מיטינג" דארף זיך מערקן אין דעם אופן ווי די אפשליסונג אדער הפסקה ווערט דורכגעפירט.

און דאס איז אייגנטלעך אויך דער ענין פון יום-טוב שבועות און קבלת התורה.

ווארום זעלבסטפארשטענדלעך איז מתן-תורה און קבלת-התורה יעדן טאג פון יאר, נאר אין דעם יום-טוב פון מתן-תורה ווערן אפגעפרישט און באנייט די אלע ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט תורה און מצוות, וואס אין דעם גייט אריין די אונטערשטיצונג פון לימוד התורה און מוסדות התורה על טהרת הקדש.

השם יתברך זאל העלפן, אז אייער אונטערנעמונג זאל זיין מיט הצלחה מאטעריעל און גייסטיק און זאל ברענגען א דערמוטיקונג צו אלע חברות און פריינט, אז דער "שלוס מיטינג" זאל זיין אן אמת'ע הכנה צום "התחלה מיטינג", מיט דערפרישטע און באנייטע און פארדאפלטע כוחות, מיט חסידישע ווארימקייט און לעבהאפטיקייט, געזונטערהייט בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכת הצלחה ובשורות טובות בכלל ובפרט, ולקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

א קבלה איז בייגעלעגט פון לשכת חשאין, און דער זכות זאל ביישטיין אלע חברות מיט זייערע בני-בית שיחיו.

ח'תכה

מתן תורה.. יעדן טאג: ראה גם ס' השיחות תנש"א ח"ב ע' 584. וש"נ.