ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תכז

ב"ה, ראש חודש סיון, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

ברכה ושלום!

... אין די ענינים פון קדושה און פון תורה און מצוות איז, זעלבסטפארשטענדלעך, ניט שייך אן אפשליסונג אין דעם געוויינלעכן זין פון ווארט. עס קען זיך בלויז ריידן וועגן א הפסקה. אבער אויך די הפסקה איז ניט א צוועק פאר זיך, נאר א מיטל צו באנייען די אלע ענינים פון קדושה, תורה ומצוות.

אט די דאזיקע אמת'ע כוונה פון דער הפסקה דארף זיך מערקן אין דעם אופן ווי די אפשליסונג אדער הפסקה ווערט דורכגעפירט.

און דאס איז אייגענטלעך אויך דער ענין פון יום-טוב שבועות און קבלת התורה.

ווארום זעלבסטפארשטענדלעך איז מתן-תורה און קבלת התורה יעדן טאג פון יאר, נאר אין דעם יום-טוב פון מתן תורה ווערן אפגעפרישט און באנייט די אלע ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט תורה און מצוות.

און אזוי ווי די אונטערנעמונג קומט פאר געציילטע טעג נאך שבועות, זמן מתן תורתנו, האף איך אז אלע אנטיילנעמער און עסקנים וועלען מיטברענגען מיט זיך דעם רושם און גייסט פון דעם יום-טוב פון קבלת התורה, ספעציעל די נקודה וואס פארבינדט דעם יום טוב מיט חינוך על טהרת הקודש. דערמיט ווערט געמיינט דאס וואס אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, האבן געזאגט אז די תורה הק' איז ניט געגעבן געווארן ביז די אידן האבן געמאכט די קינדער אלס ערבות (גאראנטיע) אז די תורה וועט אויפגעהאלטן און אפגעהיט ווערן - בנינו ערבים בעדינו.

וויבאלד אז די אידן האבן זיך אוטנערגענומען אט די גאראנטיע, און דער אויבערשטער האט די גאראנטיע אנגענומען, איז דאך קלאר אז די גאראנטיע איז א ממשות'דיקע און קען, און מוז, דורכגעפירט ווערן. מיט אנדערע ווערטער: אידן האבן די פולע און זיכערע מעגלעכקייט דורכצופירן אין לעבן די פליכט פון בנינו ערבים בעדינו - דורך תורה חינוך על טהרת הקדש; מען דארף נאר וועלן מיט אן אמת...

בברכת הצלחה ובשורות טובות בכלל ובפרט ולקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

ח'תכז

נדפסה בלקו"ש חי"ג ע' 173 והושלמה עפ"י העתק המזכירות.

מתן תורה.. טאג: ראה גם אגרת ח'תכה, ובהנסמן בהערות שם.

און אזוי ווי: בהקטעים דלקמן: ראה גם לעיל אגרת ח'תכד.

חכמים.. געזאגט: ראה גם לעיל אגרת ח'תכד, ובהנסמן בהערות שם.