ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תמב

ב"ה, ערב שבת-קדש פ' בהעלותך את הנרות, תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

תלמידי ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש

לחג הסיום,

מאנטרעאל,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין צוזאמענהאנג מיט דעם חג הסיום, שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו די תלמידים בעלי השמחה און צו אלע אנטיילנעמער אין דער שמחה של תורה.

ווי איך האב שוין אונטערגעשטראכן בא פריערדיגע געלעגנהייטן, האף איך אז דער חג הסיום וועט דינען אלס הכנה און התחלה פאר א העכערע מדריגה אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, וואס דאס איז דער אמת'ער אינהאלט פון א סיום אין תורה בכלל, און אין א ישיבה בפרט.

די סדרה פון היינטיגער וואך - בהעלותך את הנרות - הויבט אן תורה מיט דער מצוה פון אנצינדן - ביז עס וועט לייכטן פון זיך אליין - די מנורה אין משכן ובית-המקדש, וואס משה רבינו איז אנגעזאגט געווארן איבערצוגעבן צו אהרן הכהן.

די תורה איז א נצחיית, אן אייביגע, און אלע אירע אנווייזונגען זיינען אייביגע און ניט באגרענעצט צו צייט און ארט. דעריבער איז קלאר, אז אין א טיפערן זין האט דער אנזאג פון הדלקת הנרות צו טאן מיט יעדן אידן, אין אלע צייטן און אין אלע ערטער.

אויפ'ן גרונד פון דעם מאמר בהעלתך את הנרות פון דעם אלטען רבי'ן, - בעל התניא והשלחן ערוך און באגרינדער פון חסידות חב"ד - איז עס פארשטאנדיק לויט דעם פסוק נר ה' נשמת אדם - אז די נשמה פון א אידן, וואס איז א חלק אלוק' ממעל ממש, איז די ג-טלעכע "ליכט", און יעדער איד איז א "כהן" לויט דעם נאמען וואס ג-ט האט דעם אידישן פאלק געגעבן - ממלכת כהנים. עס איז דעריבער די פליכט און דער זכות פון יעדן אידן אנצוצינדן זיין ליכט, זיין נשמה, מיט דער ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור; ווי אויך די ליכט, די נשמות פון יעדן אידן - וואס ער קען נאר דערגרייכן און וועלכער איז צוליב פארשידענע סיבות נאך אין דער פינסטער, און זיין נשמה שיינט נאך ניט דערווייל און לייכט ניט ווי אידישע נשמות דאפרן שיינען און לייכטן.

אלס ליובאוויטשער תלמידים, האף איך אז איר וועט שטענדיק געדיינקען אז איר דארפט זיין נרות להאיר - ליכטיקע ליכט און וועלכע דארפן אויך אנצינדן און ליכטיק מאכן אנדערע ליכט, פארשפרייטן די לכיטיקייט פון תורה און מצוות מיט התלהבות און לעבעדיקייט, ווי עס פאדערט די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך.

השם יתברך זאל אייך מצליח זיין אין דעם, און דאס זאל אייך אויך ברענגען ברכה והצלחה אין אלע אייערע ענינים.

בברכה להצלחה בכל האמור.

ח'תמב

נדפסה בלקו"ש חי"ג ע' 191.

מאמר בהעלותך: לקו"ת ר"פ בהעלותך.