ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תנח

ב"ה, ד' תמוז, תשכ"ב

ברוקלין.

ליידיס אוקזליערי פון בית רבקה אין מאנטרעאל,

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען דעם בריף פון ראש חדש תמוז מיט דער בייגעלייגטער רשימה, די נעמען פון די אלע באטייליגטע שתליט"א, און ראשי פרקים פון דער ארבעט לטובת בית רבקה.

און השי"ת זאל העלפען אז די ארבעט אייערע זאל בריינגען די ריכטיגע פירות, און אלס ערשטע ועיקר, אז די תלמידות תי' זאלען זיין ווי ערווארטעט פון יעדער אידישע טאכטער, וואס יעדערע פון זיין ווערט אנגערופען בת שרה רבקה רחל ולאה,

דורכגענומען מיט חסידות'שער לעבעדיקייט און ליכטיקייט אין זייער טאג טעגליכען לעבען.

ואשרי חלקן פון די אלע וועלכע העלפען אין דעם.

און השם יתברך זאל זיי בענטשן און געבען דאס אלעס וואס זיי נויטיגען זיך, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות,

און בפרט אז מיר געפינען זיך אין די סגולה טעג, נאהענט צום חג הגאולה י"ב וי"ג תמוז, גאולת כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל.

בברכה.