ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תצב

ב"ה, בין המצרים, ה'תשכ"ב

יהפכו לששון ולשמחה

מר משה שי'

שלום וברכה!

איך האב דערהאלטן אייער בריוו מיט דאס בייגעלעגטע, אין וועלכן איר פרעגט - אין צוזאמענהאנג מיט די דערציערישע אויסגאבען פון "מרכז לעניני חנוך" - אויב ס'איז ראטזאם צו דערציען און לערנען קינדער צו גלויבן אין נסים; איר דריקט אויס אייער נעגאטיווע שטעלונג און פרעגט אויב איר האט א רעכט צו קריטיקירן די וועלכע זיינען ניט איינשטימיק מיט אייך אין דער פראגע.

מוז איך קודם כל זאגן - און איך האף אז איר וועט מיך אנטשולדיקן דערפאר - אז עס לעגט זיך מיר ניט אויפן געדאנק, אז איר גלויבט ניט אין נסים. ווארום אויב אפילו עס זיינען געווען צייטן, ווען עס איז געווען א מעגלעכקייט ניט צו גלויבן אין נסים, איז אבער אין אונזער צייט, ווען א איד זאל זאגן, אז ער גלויבט ניט אין דאס איבער-נאטירלעכע, איז דאס בלויז אן איינרעדעניש. ניט בלויז אידן וועלכע האבן איבערגעלעבט די קאנצענטראציע לאגערן האבן באשיינפערלעך געזען נסים, נאר יעדער איינער וועלכער פארשטייט וואס עס איז פארגעקומען און קומט פאר, אויב ער האלט נאר אפן די אויגן און לאזט זיך ניט באאיינפלוסן פון אמונות טפלות, דארף גאר ניט "גלויבן" אין נסים. ער זעט זיי אפילו מיט פליישיקע אויגן.

דערפון איז דער ענטפער אויף אייערע פראגען זעלבסטפארשטענדלעך.

אויב אפילו אין באצוג צו דערוואקסענע, וועלכע האבן א קריטישן פארשטאנד און צוגאנג, דארף מען שטענדיק גיין מיטן אמת אין ווארט און באשרייבונג, דארף מען דאך נאך פיל מער אפהיטן דעם כלל פון מדבר שקר תרחק אין באצוג צו קינדער, וועלכע האבן דאם פולשטענדיקן צוטרוי צו עלטערן און בפרט צו לערער, און פארשטייט זיך, אז קיינער האט ניט דאס רעכט צו קריטיקירן לערער און דערציער פאר דעם צוגאנג, ווארום דאס וואלט דאך אונטערגעגראבן דעם צוטרוי פונם קינד צו זיין דערציער.

איר פרעגט: אויב מען וועט דערציילן א קינד וועגן א נס און דער נס אויף וועלכען ער האט געווארט וועט ניט געשען, איז עס ניט שעדלעך פארן קינד?

איז ערשטנס, לויט דאס אויבנגעזאגטע, איז דאס ניט קיין בארעכטיקונג אויף אויסצובאהאלטן דעם אמת פון א קינד. צווייטנס, איז אייער, פראגע בכלל ניט באגרינדעט אין צוזאמענהאנג מיט אונזער דיסקוסיע. ווארום ווען מ'דערציילט א קינד אדער א תלמיד וועגן א נס וואס עס האט פאסירט אמאל אדער איצט מיט א מינוט צוריק און מ'באהאלט דאס ניט אויס פון אים, איז דאס דאך ניט פארבונדן מיט א פארזיכערונג, אז דער נס וועט געשען מארגן אויך. לדוגמא, אז מ'זאגט אז ווען מען בעט דעם אויבערשטן, קען דער אויבעשטער העלפן אויף אן איבערנאטירלעכן אופן, והראי' דער אויבערשטער האט געהאלפן איינעם און א צווייטן און מערערע, זאגט דאך קיינער ניט דערביי אז דער אויבערשטער מוז ענטפערן אויף א תפילה אין יעדן פאל און אויף אלע 100

; מ'זאגט נאר אז ס'איז דא א מעגלעכקייט, און וואס הארציקער די תפילה און וואס מער פארדינסטפול דער בעטער, אלץ גרעסער איז די מעגלעכקייט.

איר הויבט אן אייער בריוו דערמיט וואס איר זייט אמאל געווען א לערער אין אן ארבעטער רינג שול, כדי צו בארעכטיקן, ווייזט אויס, אייער שטעלונג צום גלויבן אין נסים. איך האלט אבער ניט אז דאס איז א בארעכטיקונג, ווארום גאר פיל דערציער און אנפירער פון ארבעטער רינג שולן גלויבן יא אין נסים, און אין א מאס וואס באווירקט זייער טאג-טעגלעכן לעבן. און געוויס וייסט איר נאך פון מער פאלן ווי איך.

שליסלעך האלט איך פאר מיין חוב און אויך זכות צו בארירן נאך א נקודה אין צוזאמענהאנג מיט אייער שרייבן אז איר זייט געווען א לערער, וואס דאס באווייזט, אז איר האט פייאיקייט אויף דעם געביט פון דערציאונג און השפעה. וויל איך דערביי אונטערשטרייכן, אז יעדער מענטש וועלכער איז באשאנקען מיט באשטימטע פייאיקייטן, גייט צוזאמען דערמיט אויך א פליכט, עס פארפליכטעט אים אויסצונוצן זיינע פייאיקייטן און ניט נאר פאר זיך נאר אויף פאר דעם גאנצן ארום, אין דער מאקסימאלסטער מאס. און נעמענדיק אין אכט אז אלע טיילן פון דער וועלט זיינען ענג פארבונדן און אויסגעבונדן איינע מיט דער צווייטער, איז דאס ניט אויסנוצן די פייאיקייטן, אדער ניט אין דער פולסטער מאס, ניט זיינע "פריוואטע ביזנעס" ווי מ'זאגט דא, נאר דאס שטערט דעם גאנג פון דער גאנצער וועט ארום אים.

לויט דער געוואוינהייט פון חכמינו ז"ל, האבן זיי אויך דאס אויבנגעשריבענע אריינגעשטעלט אין א קורצן זאץ, ווי עס ווערט פארמולירט פון דעם מורה הגדול הרמב"ם (הלכות תשובה פ"ג, ה"ד): צריך כל אדם שיראה עצמו כל השנה כולה כאילו חציו זכאי וחציו חייב, וכן כל העולם חציו זכאי וחציו חייב, חטא חטא אחד הרי הכריע את עצמו ואת כל העולם כולו לכף חובה וגרם לו השחתה, עשה מצוה אחת הרי הכריע את עצמו ואת כל העולם כולו לכף זכות וגרם לו תשועה והצלה.

מיט אכטונג און אין האפנונג אויף בשו"ט.

ח'תצב

דערציען.. נסים: ראה גם התוועדויות תשמ"ו ח"ג ע' 192, ובהנסמן בהערות שם.