ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תקח

ב"ה, ד' אלול, תשכ"ב

ברוקלין.

ליידיס אוקזילערי פון דער ישיבה תומכי תמימים

ליובאוויטש אין מאנטרעאל,

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ג' אלול, וועגען דעם בעפארשטייענדען מיטינג פאר באנייטע טעטיגקייט אויף דעם קומענדיגען יאר, לטובת דער ישיבה הק' תומכי תמימים, אין דער נייער געביידע פון דער ישיבה הק'.

און געוויס וועט יעדע איינע פון אייך און אלע צוזאמען באנייען די טעטיגקייט מיט פרישען מוט און ערנסטע איבערגעבענהייט אפשאצענדיק די וויכטיקייט און נויטיקייט פון דעם מוסד התורה תמימה וועלכער פאראייניקט תורה הנגלית והפנימית, און בריינגט ארויס די נקודת היהדות הפנימית, - דעם אינוועניגסטען פינטעל איד - אויך אין דער אויסערליכקייט, אין טאג טעגליכער אויפפירונג, אין אלע הינזיכטען לויט דער אנווייזונג פון תורתנו הק' תורת חיים הנגלית והפנימית.

און ווי חכמנו ז"ל זאגען, אז מדתו של הקב"ה איז מדה כנגד מדה, נאר כמה פעמים ככה,

וועט אייער ארבעט לטובת דער ישיבה הק', אויך ארויסבריינגן די פנימיות פון רצון העליון - דעם אמת'ן אינערליכען ווילען פון השם יתברך - וועלכער וויל דאך גוטעס טאן יעדען אידען, אין דער אויסערליקייט בטוב הנראה והנגלה, אנזעהוודיגען און פילבארן אמת'גוט און וואהלזיין.

איך ווינש אייך גרויס הצלחה אין אייער ארבעט, און מיט אנקומען פון דעם נייעם יאר, א כתיבה וחתימה טובה פאר יעדערן פון אייך מיט אייערע פאמיליעס תחיינה.

בברכה צו גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע,

ח'תקח

חכמנו ז"ל זאגן: פס"ז שמות ג, ו.