ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תקיט

ב"ה, כ"ה אלול, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דער יאהר ה'תשכ"ב וועלכער קומט באלד צום שלוס, איז געווען א יאהר פון ערנסטע געשעענישן אין דער וועלט בכלל און אין דער אידישער וועלט בפרט:

די שרעק פאר דער מאכט פון די אטאמישע וואפען; די אנגעשטרענגקייט און צערודערונג פון די צווישען-פעלקער באציאונגען; דער וועלט געלויף אין פעלקער באוואפנונג א. ז. וו.

אין דער אידישער לאגע ספעציעל - זיינען אידישע ישובים אין געוויסע טיילן פון דער וועלט ערנסט אויפגעטרייסלט געווארען.

אזוי אויך בנוגע צום יחיד, ביז אין זיין טאג טעגליכען לעבן, איז חאטש עס האט זיך געמערקט א התעוררות (א דערוועקונג), דורשט און אומקערן זיך צו אונזערע אייביגע קוואלען פון אמונה פאראיינציגט מיט תורה ומצות - איז דאך אבער, ליידער (ניט אין סליחות טעג גערעדט) די געוואלטיגע שעת הכושר (גינסטיגע צייט) ניט אויסגענוצט געווארען אין דער געהעריגער מאס.

* * *

אין אנבליק פון דעם נייעם יאהר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, דארף זיך יעדער איד שטעלן די פראגע: וואס קען איך טאן צו פארבעסערן און פארזיכערן די לאגע אין דעם קומענדיגען יאהר? וואס קען איך טאן פארן יחיד, פאר זיך, פאר כלל ישראל און פאר דער וועלט ארום?

און ראש-השנה גיט דעם ענטפער; גיט אויך די מעגליכקייט:

ראש-השנה, דער יום-המשפט פון דעם יחיד, פון דעם כלל און פון דער גאנצער וועלט - איז דער אריינפיר אין דעם נייעם יאהר, און דער ראש (קאפ) פון דעם אנקומענדען יאהר.

די נקודה פון ראש השנה איז הכתרה - פון דאס ניי קרוינען דעם אויבערשטן פאר א מלך - דורך מלכותו ברצון קבלו עליהם,

מיט א גרויסער שמחה, שטארקען ביטול און גרויסער יראה קרוינען און אויפנעמען דעם אויבערשטן אלס מלך, און אונטערווארפן זיך צו זיין ווילען.

יעדער איד ערפילט אין דעם טאג פון ראש השנה דעם אנזאג שתמליכוני עליכם - קרוינט מיך אלס קעניג איבער אייך - דעם אנזאג צו יעדן איינעם און איינער פון אונז.

פון דער הכתרה פון די יחידים, וואס יעדערער פון זיי איז דאך א בעשטאנד טייל פון כלל ישראל, ווערט די הכתרה פון דעם אויבערשטן אלס מלך ישראל וגואלו. די קבלת מלכותו פונם יחיד, בתוך כלל ישראל, ווירקט אויף דעם גאנצן ארום, אויף דער גאנצער וועלט, און עס ווערט ערפילט די בקשה: מלוך על כל העולם כולו (קיניג אויף דער גאנצער וועלט).

קבלת מלכותו דריקט זיך אויס, אין איינטשעלן די טאג-טעגלעכע אויפפירונג אין פולן איינקלאנג מיט דעם מלך'ס ווילן און זיינע געבאטן, וועלכע זיינען אונז געגעבען געווארען פון דעם אויבערשטען, דעם מלך חפץ בחיים (וואס וויל געבן אמת-ריכטיגן לעבן) אין דער תורה, תורת חיים, און די מצות אויף וועלכע עס שטייט וחי בהם.

אזא אויפפירונג פארזיכערט א רוהיגן און גליקלעכן לעבן פאר דעם יחיד, פאר דעם כלל און פאר כל העולם כולו - גליקלאך סיי אין רוחניות סיי אין גשמיות,

ווארום אין דער אמת'ן - זיינען רוחניות און גשמיות ניט צוויי באזונדערע וועלטן,

שמע ישראל (אז א איד פארשטייט און דערהערט, אז) ה' (איז) אלקינו (סיי פון איינצעלנעם ישראל, סיי פון כלל ישראל. אז) ה' (איז) אחד (איינציג איבעראל און אומעטום - לעולם ועד) - בריינגט ער די איינציקייט קון אנטפלעקט איר אין כל העולם כולו און זעט אז ג-טליכקייט און רוחניות פירט אן מיט די גשמיות און א פארבעסערונג אין גייסטיקן לעבן ברענגט א פארבעסערונג אין מאטעריעלן לעבן.

* * *

די פארבעסערונג אין גייסטיקן לעבן, אין דער ערפילונג פון די מצות המלך מוז קומען אין ביידע געביטן: מצות וועלכע זיינען בין אדם למקום און מצות וועלכע זיינען בין אדם לחבירו, און דאס ווערט אונטער-שטארכן אין דעם אויסגעשריי פון ראש-השנה: תשובה, תפילה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה.

תשובה, דער פעסטער באשלוס אומקערן זיך צום מלך, מיט א חרטה גמורה אויפ'ן עבר און א קבלה טובה אויף להבא, סיי אין תפילה, אין דעם געביט פון בין אדם למקום, און סיי אין צדקה אין דעם געביט פון בין אדם לחבירו.

דאס אלעס נעמט אראפ את רוע הגזירה

און בריינגט פאר'ן יחיד, פאר'ן כלל און פאר כל העולם כולו

א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכת כתיבה וחתימה טובה בטוב הנראה והנגלה

מנחם שניאורסאהן

ח'תקיט

כללי. נדפס בלקו"ש ח"ט ע' 431. אודות אגרת זו ראה גם "תורת מנחם - אגרות מלך" ח"א ע' 59.

כ"ה אלול: נברא העולם (ויק"ר רפכ"ט. פדר"א פ"ח. ראה ר"ן ר"ה טז, א). ההמשכה על כל השנה שביום כ"ה באלול ומעלתו - נתבאר בד"ה יו"ט שר"ה תרל"ב.

א התעוררות: להעיר מאמר הבעש"ט ז"ל על הב"ק שמכרזת (לקו"ת שלח מן, סע"ב).

ניט אויסגענוצט: ראהל קו"ת ויקרא רד"ה אדם כי יקריב.

געהעריגער מאס: ראה כתובות סז, רע"א.

פאר דער וועלט: כתוכן כמה בקשות דר"ה ועד לתפלה וידע כל פעול (שבעולם העשי' - סי' האריז"ל) כו'.

יום המשפט.. פון דער גאנצער וועלט: כל באי עולם (ר"ה פ"א מ"ב. ז"ח ר"פ נח).

דער ראש: ראה עטרת ראש בתחלתו.

איז הכתרה.. מיט א גרויסער: ד"ה יו"ט שר"ה, תש"ג.

דעם אנזאג: ר"ה טז, א.

ווירקט.. אויף דער גאנצער וועלט: ראה פדר"א פי"א: אמר להם כו' ונמליך עלינו כו'.

קבלת מלכותו: ראה ג"כ קונטרס התפלה פט"ו.

בחיים.. ריכטיגן לעבן: ראה מחצה"ש לשו"ע או"ח סקתפ"ב סק"ד.

שמע ישראל.. אחד: מלכות דברי ר' יוסי (ר"ה לב, ב. ונתבאר בהמשך וכהה תרל"ז פ"פ) .

אחד.. אומעטום: ראה שו"ע רבנו הזקן סס"א ס"ו.

די איינציקייט.. אין כל: ראה אגה"ק ס"ט.

תפילה.. למקום: עייג"כ אור תורה להה"מ בסופו ד"ה אל תעש.. לפני המקום.