ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תקמב

ב"ה, יו"ד מ"ח, תשכ"ג

ברוקלין.

ליידיס אוקזילערי פון "בית רבקה" אין מאנטרעאל

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף וועגען דעם ערשטען מיטינג פון דעם נייעם יאר הבא עלינו לטובה.

און השם יתברך זאל העלפען דאס זאל זיין א גוטער אנהויב און מיט הצלחה פאר דעם וואהלזיין פון דעם מוסד און זיין ענטוויקלונג,

וואס אויב שטענדיג איז דער חינוך הבנות על טהרת הקדש, געוען נויטיג און וויכטיג, איז דאס פיל פאכיגער און מער אין אונזער תקופה, וואס דער מוסד איז דער זיכערסטער וועג צו געבען די תלמידות דעם ריכטיגען פארשטאנד און

שטאנדהאפטיקייט אין זייער טאג טעגליכער אויפפירונג היינט און וואס נאר מער אחריות'דיקער אין דער צוקונפט, די איינשטעלונג פון זייערע היימען אויף די יסודות פון תורה ומצוה.

און מדתו של הקב"ה איז דאך מדה כנגד מדה בתוספת מרובה על העיקר, אז די אלע איינטיילנעמער און מיטהעלעפר אין דער אויפהאלטונג פון דעם מוסד, זאלן געבענטשט ווערען מיט אמת'ן נחת וואס דאס'ז אידישער און חסידות'שער נחת פון זייערע קינדער און קינדס קינדער שי'.

בברכה לבשו"ט.

ח'תקמב

מדתו: פס"ז שמות ג, ו.