ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תקמז

ב"ה, כ"ד מ"ח, תשכ"ג

ברוקלין, נ. י.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון י"ט חשון וועגען אייער געזונט צושטאנד און די מיינונג פון די דאקטוירים.

בכלל פון די צוויי אופנים, וואס איר שרייבט נתוח אדער ראדיום חשמל (געמיינט הקרנות) דארפמען נוטה זיין מער צו דעם ערשטן אופן. פארשטענדליך מיט דער צושטימונג פון א רב מורה הוראה. ווארום אין הקרנות, איז ניט שטענדיג קען מען זאגען פאראויס דעם אויסגאנג און ניט שטענדיג איז מען זיכער, אז מ'האט באווארענט וואס מ'וויל באווארענען.

און ווי מ'פירט זיך אין אזעלכע פאלען, דארפמען האבען די החלטה אין דעם פון צוויי דאקטוירים ספעציאליסטען אויף דעם געביט, אין צוגאב צו דעם הסכם פון דעם רב ווי אויבען געזאגט. און השם יתברך זאל אייך פירען ווי גוט איז פאר אייך אין אלע הינזיכטען.

געוויס היט איר אפ דעם גוטען מנהג פון אידישע פרויען צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

ח'תקמז

אייער געזונט צושטאנד: מיחושים בעת הווסת.