ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תקפט

ב"ה, י"א שבט, ה'תשכ"ג

ברוקלין, נ. י.

צו די אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פאר דער

ישיבה "אחי תמימים" אין פיטסבורג,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

קומענדיג פון דעם יארצייט-הילולא פון דעם רבי'ן דעם שווער, דער גרינדער פון דער ישיבה "אחי תמימים" אין פיטסבורג, האף איך, אז דער דינער וואס וועט פארקומען אין די נאענטע טעג פון דעם חודש וועט שטיין אונטער דעם איינדרוק פון די ערינערונגען וועגן לעבן און שאפן פון דעם בעל-ההילולא און די אינערלעכע אויפלעבונג וואס דאס מוז ארויסרופן בא יעדער איינעם און איינער וואס איז פארבונדן מיט דעם רבי'ן דעם שווער און זיינע מוסדות.

בא דער געלעגנהייט וויל איך איבערגעבען א דערציילונג וואס איך האב געהערט פון מיין שווער דעם רבי'ן, אן ענין וואס האט א דויערנדע און שטענדיג-צייטיגע באדייטונג פאר אונז אלעמען. בפרט אין דעם יאר ווען ס'איז געווארן 150 יאר דער הסתלקות פון דעם אלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן ערוך, דער גרינדער פון חב"ד.

דער מיטעלער רבי, דער זון פון אלטן רבי'ן, האט ווי באוואוסט, געהאט אן אויסערגעוויינלעכע קראפט פון פארטיפונג. בשעת ער האט זיך קאנצענטרירט אויף אן ענין, האט ער ניט געהערט און ניט געזען וואס עס טוט זיך ארום אים.

איינמאל, בשעת דער מיטעלער רבי איז געווען פארטיפט אין זיינע געדאנקען, איז פון א דערבייאיקע וויגעלע ארויסגעפאלן זיין קינד און האט זיך פאנאדערגעוויינט. דער מיטעלער רבי האט עס אבער גאר ניט באמערקט. אין דער זעלבער צייט איז דער אלטער רבי געזעסן בא זיך אין צימער אין אן אויבערשטע דירה, און איז אויך געווען פארטיפט אין לערנען. ער האט אבער יא דערהערט דאס געוויין פונם קינד. דער אלטער רבי האט איבערגעריסן דעם לערנען, איז אראפ אונטן, האט אויפגעהויבן דאס קינד, איינגעשטילט און פארוויגט עס צוריק אין וויגעלע. דער מיטעלער רבי האט נאך אלץ קיין זאך ניט געהערט און ניט באמערקט, אזוי פארטיפט איז ער געווען. שפעטער האט אים דער פאטער אויסגערעדט: "ווי וויכטיק דער ענין זאל ניט זיין, אין וועלכן מען איז פארטיפט, מוז מען אבער שטענדיק דערהערן דאס געוויין פון א קינד!"

* * *

וויבאלד מען האט אונז די געשיכטע דערציילט, איז קלאר אז דאס האט פאר יעדן איינעם און איינער פון אונז א וויכטיקע באדייטונג און פראקטישע אנווייזונג. - די ישיבה, וואו א אידיש קינד באקומט א תורה דערציאונג, איז דאס "וויגעלע". מיר מוזן זען, אז ניט נאר זאלן די קינדער פון דער ישיבה חלילה ניט ארויספאלן פון זייער וויגעלע, נאר מיר מוזן זיך באמיען וואס מער קינדער אריינצונעמען אין דער ישיבה, ווייל בלויז אויף דעם אופן קענען מיר זיי פארזיכערן א לעבן אן טרערן, אן אמת-גליקלעך לעבן, גייסטיק און מאטעריעל.

עס איז דעריבער צו האפן, אז יעדער איינער און איינע פון די אנטיילנעמער און פריינט פון דער ישיבה "אחי תמימים" אין פיטסבורג וועט זיך ברייטהערציק און ווארעם אפרופן צו פארפעסטיקן און אויסברייטערן דאס דאזיגע לעבנס-וויכטיגע "וויגעלע" פון תורה דערציאונג וואס איר האט זוכה געווען צו האבן בא זיך אין שטאט.

דער זכות פון דער גרינדער, און דער זכות פון דער מצוה פון צדקה און החזקת תורה, וועט אייך אלעמען, און אייערע בני בית, שיחיו, זיכער ביישטיין, געבענטשט צו ווערן פון דעם אויבערשטן אין אלעס אין וואס איר נויטיגט זיך, מאטעריעל און גייסטיג, אין פיל פרייד און אמת'ן אידישן נחת.

בכבוד ובברכה.

ח'תקפט

א דערציילונג: ראה גם לעיל אגרת ח'תקנז, ובהנסמן בהערות שם.