ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תרד

ב"ה, ד' אדר, ה'תשכ"ג

ברוקלין, נ. י.

צו די אנטיילנעמער אין דעם צוועלפטען יערלעכען דינער

פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין דער בראנקס

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך שיק מיין באגריסונג און ברכה צו אלע אנטיילנעמער אין דער יערלעכער אונטערנעמונג פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין דער בראנקס, מיט דער אינערלעכער האפנונג, אז די אונטערנעמונג וועט דערפילן אלע דערווארטונגען, פינאנציעל און גייסטיג.

אין דער סדרה פון דער היינטיגער וואך, די ערשטע אין א ריי סדרות וואו עס רעדט זיך וועגן דעם בויען פון דעם משכן, ווערט באלד געגעבען אן אלגעמיינע אנווייזונג: מאת כל איש אשר ידבנו לבו - צו נעמען ביישטייערונגען פון אלע אידן, וועמענס הארץ וועט באוויליגען. אלע אידן האבן געדארפט האבן א חלק אין דעם משכן, אבער דערביי איז באגרענעצט געווארן דאס אננעמען פון בישטייערונגען פון בלויז די וועלכע וועלען געבן מיט א פולער הארץ. אויבערפלעכלעך שיינט דא צו זיין א סתירה. אבער באמת איז דא ניטא קיין סתירה, ווארום אלע אידן גיבן צדקה אויף הייליגע צוועקן מיט א ווארעם הארץ; מען דארף נאר געפינען דעם ריכטיגען צוגאנג צו יעדן אידן. דאן גיט יעדער איד לויט זיינע מעגלעכקייטן: דער וואס קען געבן זהב (גאלד), גיט זהב; דער וואס קען געבן כסף (זילבער), גיט זילבער; און דער וואס קען געבן נחושת (קופער), גיט קופער. און ווען א איד גיט מיטן פולן הארצן, וויל ער דאך זיכער געבן מער וויפל ער קען, און דער אויבערשטער פאררעכנט אויך די נדבת לבו אלס צדקה, און גיט די ברכה פון עשר בשביל שתתעשר, אזוי אז דער וואס קען דערוויילע געבן בלויז נחושת, ווערט געבענטשט, אז ער זאל קענען געבן כסף, און דער וואס קען געבן בלויז כסף, ווערט געבענטשט צו קענען געבן זהב, און דער וואס קען געבן זהב, ווערט געבענטשט צו קענען געבן אבני שהם ואבני מלאים (טייערע איידלשטיינער).

אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, האבן אפט אונטערשטראכן, אז דער ענין פון משכן אין אונזער צייט איז אריבערגעגאנגען צו די ישיבות, ווי חז"ל זאגן, אז נאך חורבן פון בית המקדש רוט די שכינה אין די ד' אמות של הלכה.

ס'איז באקאנט דער ווארט פון אלט'ן רבי'ן, בעל התניא און שולחן ערוך, דער גרינדער פון חב"ד, וואס דעם כ"ד טבת איז געווארן 150 יאר פון זיין הסתלקות: "דער אויבערשטער גיט אידן גשמיות, און אידן פארוואנדלען גשמיות אין רוחניות". די צדקה וואס די שטיצער פון דער בראנקסער ליובאוויטשער ישיבה גיבן צו אויסהאלטן און פארשטארקן די ישיבה איז דער העכסטער אופן פון פארוואנדלען גשמיות אין רוחניות און דערביי אויך געבענטשט צו ווערן מיט א שטייגנדער מאס גשמיות - פון נחושת צו כסף און פון כסף צו זהב, אא"וו, און צו פארנוצן עס אויף גוטע, געזונדע און פריילעכע זאכן, אין גוטן געזונד און מיט אמת אידישן נחת פון קינדער שיחיו.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות

מ. שניאורסאהן

ח'תרד

נדפסה בלקו"ש ח"ד ע'1275 והושלמה עפ"י צילום האגרת.

עשר: שבת קיט, א.

חכמים.. אונטערגעשטראכן: מגילה כט, א.

חז"ל זאגן: ברכות ח, א.

דער ווארט: ראה גם לעיל אגרת ח'תקפא, ובהנסמן בהערות שם.