ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תריד

ב"ה, י"א ניסן, ה'תשכ"ג

ברוקלין, נ. י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

פסח, זייענדיג דער ערשטער טאג און דער ערשטער יום טוב בא אידן,

דער ערשטער אין צייט און דער ערשטער אין מעלה און חשיבות - ווארום זיין אינהאלט איז דאך די באפרייאונג פון די אידן און דער אנהייב פון צו זיין א זעלבסט-שטענדיקער פאלק מיט אן אייגענעם לעבענס-שטייגער לויט דער תורה - אייגענע מצות, ימים טובים א.א.וו.

האט ער דעריבער א באזונדערע וויכטיקייט פאר אלע אידן און פאר יעדן אידן אין אלע צייטן און אומעטום. דערפאר איז אויך די איינצלהייטן פון פסח און יציאת מצרים האבן זיי א ספעציעלע באדייטונג אלס אן אלגעמיינע אנווייזונג און לערע אין אידישן לעבן, סיי פאר דעם יחיד, סיי פאר דעם רבים און סיי פאר דעם כלל.

* * *

איינער פון די וויכטיקע פרטים פון יציאת מצרים, איז אז דאס איז פארגעקומען בעצם היום הזה, וואס מיינט, לויט ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערקלערן, אז אין דעם מאמענט וואס הגיע הקץ, די צייט פון דער באפרייאונג, זיינען די אידן ארויס פון מצרים, ניט פאר האלטענדיק זיך אפילו כהרף עין, אויף איין אויגנבליק. דערצו ווערט נאך צוגעגעבן, אז אויב די אידן וואלטן אט דעם מאמענט פארשפעטיקט, וואלט מען פארלארן ח"ו, זיי און אנו ובנינו ובני בנינו (מיר און די קינדער און קינדס קינדער), די גאנצע זאך פון גאולת מצרים!

איז דאס אינגאנצן אומפארשטענדלעך: עס איז דאך שוין געווען נאך די צען מכות, וועלכע האבן געבראכט דערצו אז די מצריים האבן געטריבן די אידן פון מצרים - איז וואס איז געווען אזוי נוגע דער הרף עין? און ווי לאזט זיך עס פארשטיין, וואס אויב מען וואלט פאר-שפעטיקט איין אויגנבליק, וואלט מען פארשפעטיקט די גאנצע גאולה?

דערצו שטעלט זיך די הויפט פראגע: וואס איז די תורה - הוראה - אנווייזונג דערפון, וואס צוליב איר דערציילט די תורה בעצם היום הזה?

* * *

די דערקלערונג אין דעם:

ווען הגיע הקץ, עס קומט דער מאמענט אויף מאכן אן ענדע און ארויסגיין פון טומאת מצרים, טאר מען די געלעגנהייט ניט אפלייגן אפילו אויף א הרף עין.

די סכנה פון דורכלאזן דעם מאמענט איז געווען ניט אז די מצרים וועלן דאן חרטה האבן, נאר אז צווישן די איבן וועון זיך געפינען אזעלנע וואס וועלן תרטה האבן, ניט וועלן פארלאזן דאס איינגעוואהנטע שטייגער לעבן אין מצרים און אוועקגיין אין א מדבר מקבל זיין די תורה.

די אנווייזונג דערפון פאר יעדן אידן, מאן אדער פרוי, יונג אדער אלט, איז:

דער מיין פון "יציאת מצרים" אין טאג-טעגלעכן לעבן איז - דאס באפרייט ווערן פון דער פארשקלאפונג פון דעם מענטשן צו זיין גוף ונפש הבהמית, פון דער פארשקלאפונג צו די קערפערליכע פאדערונגען און געוואוינהייטן, ווי אויך - פון דער מאטעריאליסטישע סביבה ארום; די דאזיקע באפרייאונג קומט דורך דעם צו הערן זיך און אויספאלגן דעם שטענדיגען רוף פון דעם אויבערשטען, אלקי (דער ג-ט פון) אברהם יצחק ויעקב: והוצאתי אתכם מתחת סבלות.. והייתי לכם לאלקים (איך וועל אייך ארויסנעמען פון דעם לאסט און דרוק און איך וועל זיין אייער ג-ט), וואס דאס דריקט זיך אויס (ווי דאמאלס - באם ארויסגיין פון לאנד מצרים) דורך אננעמען די תורה און אויספאלגען אירע מצות.

* * *

דער רוף איז א שטענדיגער, יציאת מצרים דארף זיין בכל יום ויום - יעדן טאג איז הגיע הקץ, א שעת הכושר (גינסטיגער מאמענט) אויספאלגען דעם רוף -

עס זיינען אבער פאראן אזעלכע וועלכע "פארהאלטען זיך", זיי לייגען אפ די שעת הכושר אויף די "דריי פרומע טעג פון יאר" (ראש השנה און יום כפור), אדער מאקסימום - אויף שבת און יום טוב. אפילו פון די וואס דערמאנען און פראווען "יציאת מצרים" יעדן טאג ביים דאוונען, איז אבער פאראן אזעלכע וואס זיי באשרענקען עס נאר צום דאוונען, און לאזן דורך די שעת הכושר וואס איז דא אין פערלויף פון דעם טאג.

און ווי דאס איז אין לעבן פון דעם יחיד, אזוי איז עס אויך אין לעבן פון דעם רבים און כלל; נאר דערביי איז די שעת הכושר, פארשטייט זיך, נאך פיל, פיל וויכטיקער.

* * *

די אויסערגעוויינלעכע שעת הכושר און געלעגנהייט וואס "קלאפט איצט אין טיר" - איז דאס וואס צווישן גאר ברייטע קרייזן, ספעציעל צווישן דער יוגנט, איז, זייט אייניגע יאר, א שטארקע באוועגונג אומצוקערן זיך צו אונזערע אמת'ע מקורות. און אין פילע ערטער און אין מערערע זאכן - איז אויך די גוים "טרייבן" די אידן פון דער אידעאלאגיע פון מאדערנער "טומאת מצרים".

א גרויסע טייל פון די קרייזן וועלכע זיינען געווען אפגעפרעמדט פון אידישקייט - זוכן דעם וועג צוריק צו תורה ומצות, און א גרויסע טייל פון תורה ומצות קרייזן - זוכן צו פארשטארקן און פארטיפן זייער פארבונד און אידענטיפיצירונג מיט זיי.

און מיט דעם אויסנאם פון די וואס האבן שוין זייט יארן אויפ-געהערט טראכטן - איז איצט א צייט, וואס אלע, און ספעציעל די יוגנט - זיינען ניט נאר גרייט צו הערן דעם פולן אמת, נאר זיי פאדערן אז מען זאל זיי זאגן דעם פולן אמת. אויך די וואס זיינען דערווייל נאך ניט גרייט צו נעמען אויף זיך אלע מצוות אויף איין מאל און איבערשטעלן זייער לעבן מיט איין שפרונג, זיינען זיי אבער רייף גענוג און מוטיק גענוג צו הערן דעם ריינעם אמת, אן פשרות און ניט "צוגעשניטן לויט באשטעלונג". די דערפארונג האט געוויזן, אז דארט וואו די יוגנט קומט אין בארירונג מיט עכטע תורה-ומצוות-אידישקייט, ווערט זי צוגעצויגן צו דעם און א גאר באדייטענדער טייל פון זיי האט אנגעהויבן איינארדענען זייער טאג-טעגלעכן לעבן אין איינקלאנג דערמיט, און מיט אן ענטשלאסנקייט און לעבעדיקייט, מיט וועלכע יוגנט איז באשאנקען.

מיט צער אבער מוז געזאגט ווערן, אז כאטש ס'איז שוין עטלעכע יאר ווי די דאזיגע דערוואכונג איז דא, איז דער וויילע די שעת הכושר ניט אויסגענוצט געווארן אין דער געהעריקער מאס, און ספעציעל גרויס איז דער צער - זעענדיק אז זי איז כמעט גארניט אויסגענוצט געווארן פון די וואס דארפן זיין די גייסטיגע פירער.

* * *

ויהי רצון, דער אויבערשטער זאל העלפן, אז אזוי ווי בא אונזערע עלטערן אין מצרים איז ניט פארהאלטן געווארן זייער ארויסגיין פון מצרים אפילו אויף א הרף עין, און דאס האט געפירט צו דער פולער גאולה פון דעם גוף און צו דער פולער גאולה פון דער נשמה (דורך קבלת התורה, וואס איז געווען דער צוועק און אפשלוס פון יציאת מצרים) -

אזוי זאל יעדער איינער און איינע אויסנוצן אין דער פולער מאס די אויסערגעוויינליכע שעת הכושר פון איצטיקן מאמענט, צו העלפן זיך און דעם צווייטן, און דעם רבים און דעם כלל, צו באפרייט ווערן פון אלערליי פארשקלאפונגען, און דער עיקר, פון דער שווערסטער פון זיי, פון דעם געדאנק פון "נהי' ככל הגוים" (מיר זאלן זיין ווי אלע פעלקער), און אומקערן זיך צו תורה און מצוות אין דער פולסטער מאס, און עס זאל מקויים ווערן די הבטחה און פסק דין: ישראל עושין תשובה (צוריקער) - ומיד הן נגאלין, מיט דער אמת'ער און פולקאמענער גאולה דורך משיח צדקנו.

בברכת חג הפסח כשר ושמח.

מנחם שניאורסאהן

ח'תריד

נדפסה בהגדה של פסח ח"ב ע' תקצז (הוצאת תשנ"א) והוגהה ע"פ צילום האגרת.

אן פשרות: ראה גם לקמן אגרת ח'תרמז-ח.

ערשטער טאג: כמש"נ זכור את היום הזה (שמות יג, ג) וראה שמו"ר (פי"ט, ז): הזהר כו' יום השבת כו' היום הזה.

ערשטער יום טוב: ר"ה בתחלתה.

דער אנהייב: ראה יבמות מו, א ושם.

אונזערע חכמים: במכילתא לשמות יב, מא-מב. הובא בפרש"י שם.

נאך צוגעגעבן: מפרשים בשם הזהר (זית רענן - הובא באוה"ת להצ"צ בא ע' שכז).

זיי און אנו כו': כמבואר בהגדה.

די סכנה: ראה תניא פל"א.

אין טאג טעגלעכן לעבן: תניא פמ"ז ובכ"מ.

אלקי.. אברהם כו' והוצאתי: שמות ג, טז. שם ו, ו.

דער רוף איז א שטענדיגער: כהמאמר "חה"פ ווערט נמשך שטענדיג" (שיחת חה"פ תש"ג - לכ"ק מו"ח אדמו"ר).

צוועק און אפשלוס: שמות ג, יב. יבמות שם. ז"ח ר"פ יתרו.

דער שווערסטער: ראה קונטרס ומעין סוף מי"א.

הבטחה און פסק דין: רמב"ם הל' תשובה פ"ז ה"ה.