ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תריז

ב"ה, כ"ח ניסן, תשכ"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום א',

בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען, ויהי רצון מהשי"ת אזוי ווי ר'האט געשריבען די בקשה זאלט איר אויך שרייבען א גוטע בשורה אין דעם

און מיר קומען דאך איצטער פון די טעג פון פסח, זמן חירותינו, באפרייאונג פון אלע ענינים המבלבלים, און דער זכות הצדקה (לויט דער בייגעלייגטער קבלה) זאל אייך ביישטיין אין דעם

לויט ווי פארצייכענט אין מיין זכרון, האב איך שוין אייך געשריבען, וויבאלד איר זייט געווען א תלמיד פון ישיבת תומכי תמימים אין ווילנא, מיסודם של רבותינו נשיאינו, או מיר זיינען פארזיכערט געווארען, אז קדושה טרעט ניט אפ פון איר ארט, אויך שרייבט רבנו הזקן, וואס דער יאר איז דער אונדערט פופציגסטער הסתלקות הילולא שלו, אז יחוד זה למעלה הוא נצחי (תניא פרק כ"ד), האף איך אז איר באנוגענט זיך ניט מיט האבען א קביעות אין לערנען תורת הנגלה נאר האט אויך קביעות בלימוד תורת החסידות, און טוט אויך אלס מעגליכע צו פארשפרייטען תורת החסידות ועניני' וואו נאר איר קענט גרייכען, לויט דער הדגשה פון תורת החסידות אין דעם ענין פון אהבת ישראל, וזכות הרבים מסייעתו.

און איך וועל זיין צופרידען צו הערען פון אייך גוטע בשורות אין דאס אויבען געזאגטע.

בברכה לבשו"ט.

ח'תריז

א תלמיד.. קדושה: ראה גם לקו"ש חי"ד ע' 313. וש"נ.