ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תרכה

ב"ה, ל"ג בעומר, ה'תשכ"ג

ברוקלין, נ. י.

- שנת המאה וחמישים להסתלקות הילולא של רבנו הזקן -

צו אלע חברות פון אגודת נשי ובנות חב"ד איבעראל, און

צו די אנטיילנעמער אין דער אכטער יערלעכער

קאנווענשאן בפרט

ה' עליהן תחיינה

שלום וברכה!

די היי-יאריגע קאנווענשאן פון נשי ובנות חב"ד וועט, ווי אלע חב"ד אונטערנעמונגען דעם יאר, זיכער שטיין אונטער דעם איינדרוק פון דעם 150'טן יארצייט-הילולא פון דעם אלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן-ערוך, דער גרינדער פון דער חב"ד שיטה, לעבנסשטייגער און באוועגונג. ספעציעל - נעמענדיג אין אכט דעם וויכטיגען ארט וואס די אידישע פרוי בכלל, און די חב"ד פרוי בפרט, פארנעמט אין אידישן לעבן.

אין צוזאמענהאנג דערמיט, ווי אויך מיט דעם וואס די קאנווענשאן קומט פאר אין די ספירה-טעג, וויל איך בקיצור איבערגעבען דעם באקאנטן סיפור וועגן איינעם פון דעם אלטן רבי'נס ערשטע חסידים, ר' גבריאל נושא-חן און זיין פרוי מרת חנה רבקה.

* * *

ר' גבריאל, איז געווען פון די אנגעזעענסטע בעלי-בתים אין וויטעבסק, אבער עס זיינן דורכגעגיין שוין פינף און צוואנציק יאר זינט דער חתונה און קיין קינדער האבן זיי ניט געהאט. דאן איז, דורך געוויסע רדיפות וואס ער האט געליטן, האט ער פארלארן זיין פארמעגן. ער האט דעריבער געהאט פיל פארדרוס ווען עס האט זיך געמאכט ביים אלטן רבי'ן אן ענין פון פדיון שבויים און ער, ר' גבריאל, האט זיך נישט געקענט באטייליגען אין דעם מיט דער סומע וואס מען האט אויף עם ארויפגעלייגט. ווען זיין פרוי האט זיך דערוואוסט פון דעם אלעם, האט זי פארקויפט אירע פערל און צירונג פאר וועלכע זי האט באקומען די נויטיקע סומע; זי האט די מטבעות געשייערט ביז זיי האבן געבלישטשעט, און מיט א תפילה אז אויך זייער מזל זאל אויפשיינען האט זי פארפאקט די מטבעות און האט עס געגעבן דעם מאן אוועקצופירן צום אלטן רבי'ן.

אריינקומענדיק צום רבי'ן אין ליאזנא, האט ר' גבריאל אוועקגעלעגט דעם פעקל אויפן טיש און אויף דעם רבי'נס אנווייזונג עס דאן פאנאנדערגעפאקט. די מטבעות האבן אויסערגעוויינליך ליכטיק אויפגעשיינט.

דער אלטער רבי האט זיך פארטראכט און געזאגט: פון דעם גאלד און זילבער און קופער וואס אידן האבן געגעבן אויפ'ן משכן האט קיין זאך ניט געשיינט נאר דער כיור וכנו (האנט-פאס און זיין געשטעל) (וואס איז געווען געמאכט פון די קופערנע שפיגעלעך וואס די אידישע פרויען האבן מיט מסירות-נפש און שמחה געשאנקען פאר דעם משכן).

דערצייל מיר פון וואנעט האסט דו די מטבעות. ר' גבריאל האט געמוזט דערציילן וועגן זיין לאגע און ווי אזוי זיין פרוי חנה רבקה בת ביילא האט געשאפן די געלט.

דער אלטער רבי האט זיך אנגעשפארט אויף זיינע הענד א צייט לאנג אין דביקות, האט דאן אויפגעהייבן די קאפ און האט עם (מיט זיין פרוי) געבענטשט מיט קינדער, אריכות ימים, רייכטום, און אויסער-געוויינליכן נשיאות חן; ער האט געהייסן ר' גבריאל'ן צוצומאכן זיין געשעפט אין וויטעבסק און נעמען האנדלען מיט איידלשטיינער און בריליאנטן. דעם רבי'נס ברכה איז פולקאם מקויים געווארן. ר' גבריאל נושא-חן איז געווארן אן עושר, בא זיי זיינען געבארן געווארן זין און טעכטער א. ז. וו. ער איז נפטר געווארן אין עלטער פון 110 יאר; און זיין פרוי האט עם איבערגעלעבט מיט צוויי יאר.

דערציילענדיג דעם סיפור האט כ"ק מו"ח אדמו"ר אויף דעם געבראכט דעם אלטע'ן רבי'ס תורה, אז דאס וואס עס שטייט בא ספירת העומר (וואס דאס איז דאך די צוגרייטונג צו שבועות - מקבל זיין די תורה) וספרתם לכם - "איר זאלט אייך ציילן", מיינט אויך "איר זאלט דעם לכם - זיך - ליכטיק מאכן" (פון ווארט ספיר, אן איידלשטיין).

* * *

די לערע פון דעם סיפור, צווישן די אנדערע טיפע ענינים אין אים, איז: כאטש די מטבעות פון צדקה זיינען די זעלבע אין צאל און אין ווערט, איז אבער אז מען גיט עס מיט מסירות נפש און שמחה באקומען די זעלבע מטבעות גאר אן אנדער ווערט און אן אנדער ליכטיקייט, און עס מאכט ליכטיק דאס לעבן אפילו אויף דער וועלט, און - אודאי אין דער ליכטיקער וועלט.

דאס גלייכן, פארשטייט זיך, אויך אין צדקה ברוחניות. יעדע ארבעט און טעטיקייט צו פארשפרייטן תורה און מצוות, ווי דאס איז באלויכטן מיט דער ליכטיקייט און ווארעמקייט פון חסידות, וואס דאן טוט מען עס מיט מסירות נפש און שמחה, איז אין צוגאב צו דעם וואס די טעטיקייט גופא איז מיט מער הצלחה, האט עס א פילפאכיקע ווירקונג און ברענגט א גאר באזונדערן זכות.

דער אויבערשטער זאל געבן, אז יעדע איינע פון אייך, בתוך כלל ישראל, זאל דערפילן דעם וספרתם לכם, ווי דער אלטער רבי האט עס דערקלערט, מען זאל ליכטיק מאכן זיך און בא זיך און ארום זיך מיט דער ליכטיקייט פון תורה און מצוות און חסידישער הנהגה ביז אין טאג-טעגלעכן לעבן, וואס דאן וועט זיין ליכטיק אין אלע הינזיכטן, סיי בגשמיות סיי ברוחניות.

מיט א ברכה צו הצלחה אין דאס אלעס אויבענגעשריבענע.

מנחם שניאורסאהן

ח'תרכה

נדפסה בלקו"ש ח"ד ע' 1300 והושלמה עפ"י צילום האגרת.

באקאנטן סיפור: ראה גם "התמים" חו' ו ע' פט [שיב] ואילך.