ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תרלג

ב"ה, ערב שבועות, זמן מתן תורתנו, ה'תשכ"ג

ברוקלין, נ. י.

- שנת המאה וחמשים להסתלקות רבנו הזקן -

צו אלע אנטיילנעמער אין דעם פייערונג פון באדען-

צוגרייטונג פאר דעם נייעם בנין פון דער צענטראלער

ישיבה "תומכי-תמימים" אין ברוקלין, און צו אחינו בני

ישראל שומרי תורה ומצוה, בכלל

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צו דער געלעגנהייט פון דער גרויסער שמחה של מצוה - דער ערשטער טריט אין דער ווייטגרייכענדער אונטערנעמונג צו שאפן א נייעם בנין פאר דער צענטראלער ישיבה "תומכי-תמימים" ליובאוויטש אין ברוקלין - שיק איך מיין הארציגע באגריסונג און ברכה צו אלעמען וועלכע נעמען אנטייל אין דער דאזיגער גרויסער שמחה און גרויסער מצוה.

איך וויל האפען, אז יעדער איינער און איינע, וועמען תורה און חינוך על טהרת הקדש זיינען ליב און טייער, וועלן אנווענדן אלע מעגלעכקייטן צו פארזיכערן אז, ניט נאר די התחלה זאל זיין מיט דער פולסטער מאס הצלחה, נאר אויך - ווייטער העלפן פארווירקלעכן דאס אויפששטעלן פון דעם נייעם בנין וואס מעגלעך פריער. דאס פאדערט א דרייפאכיגע אפפערוויליגקייט אין געלט, מי און גייסט (מ מון, ג וף, נ שמה):

בממונו - מיינט, פשוט, מיט די גרעסטע געלט-ביישטייערונגען; ניט לויט אייגענע באגריפן, נאר כיד ה' הטובה עליו.

בגופו - פערזענלעך אפצוגעבן זיך, מיט צייט און מי, צו שאפן נייע פריינד און שטיצער און אנטיילנעמער אין דעם נייען בנין.

בנשמתו - מיט מסירות "הנפש" ממש: אפילו ווען עס דאכט זיך אים, אז ער וואלט געקענט מוסיף זיין אין זיין אייגענעם לערנען תורה אד"ג; ווארום צו שטארקן און פארשפרייטן תורה ומצוות דרבים בארעכטיקט צו ברענגען א קרבן פון זיין אייגענעם נשמה לעבן.

אין דער אמת'ן אבער, איז אויך אין צדקה ברוחניות, ווי אין צדקה בגשמיות, פאראן די הבטחה פון עשר תעשר - דאס אראפנעמען א צענטל פון זיך - פאר אנדערע, איז דער קוואל צו עשירות, סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות. און אויסער דער מצוה פון צדקה, וואס "זבולון" האט שטיצנדיק "יששכר'ס" לערנען, האט דאך זבולון אויך א חלק אין יששכר'ס תורה.

אין די דאזיגע טעג וועלכע זיינען פארבונדן מיט מתן-תורה, וואס אייגנטלעך דארף א איד יעדן טאג געדיינקען מעמד הר סיני, וועט יעדער איינער זיכער געדיינקען, אז אין דעם זכות פון אונזערע קינדער האבן מיר באקומען די תורה, און אנערקענען די התחייבות צו שטיצן די מוסדות חנוך על טהרת הקדש, בפרט אז די צענטראלע ישיבה "תומכי-תמימים" ליובאוויטש איז שוין פיל צענדליגע יארן באקאנט אלס איינע פון די גרעסטע תורה-פעסטונגען אין אונזער צייט.

דער זכות פון החזקת והפצת תורה דרבים וועט זיכער ביישטיין יעדן איינעם און איינער, געבענטשט צו ווערן אין אלעס אין וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה מופלגה ולקבלת התורה בשמחה ובפנימיות

מנחם שניאורסאהן

ח'תרלג

נדפסה בלקו"ש חי"ג ע' 174 והוגהה עפ"י צילום האגרת.

הבטחה: שבת קיט, א.