ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תרלה

[אסרו חגה"ש תשכ"ג]

... צווי יסודות'דיקע נקודות פון מתן-תורה זיינען ספעציעל פארבונדן מיט דער אידישער פרוי און מוטער:

ערשטנס, אז ווען דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה האט ער געהייסן משה רבינו צוערשט ריידען וועגען דעם צו די פרויען, און דערנאך צו די מענער, ווי חכמינו זכרונם לברכה דערקלערן דעם פסוק: כה תאמר ל בית יעקב - דאס מיינט די פרויען, (און דערנאך) ותגיד לבני ישראל - די מענער.

צווייטנס, אז די תורה איז געגעבן געווארן ערשט דאן, ווען די אידן האבן גענומען אויף זיך די פאראנטווארטלעכקייט, אז די קינדער וועלן זיין די פארזיכערונג, אז די תורה און מצוות וועלן חלילה ניט פארגעסן ווערן.

דערפון איז פארשטענדלעך, אז אין א גאר גרויסער מאס איז דער קיום התורה והמצוות פארבונדן מיט דער אידישער פרוי און מוטער: די פרוי קען און דארף דערמוטיגען דעם מאן צו לערנען תורה; זי קען און מוז פירן דאס הויז אויף די יסודות פון תורה און מצוות, מיט קדושה און טהרה; און אלס מוטער וועלכע האט אויך מער צייט אפצוגעבן זיך מיט די קינדער, איז זי אין א גרויסער מאס פאראנטווארטלעך פאר דער גוטער אידישער דערציאונג פון די קינדער.

דערצו, דורך ארגאניזירטער טעטיקייט פאר שטיצן די מוסדות חינוך על טהרת הקדש און בכלל פארשטארקן אידישקייט אין דער סביבה, איז איר השפעה און בייטראג גאר באדייטענד אויך מחוץ פון דער אייגענער היים...

ח'תרלה

נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 273.

חכמינו.. דערקלערן: מכילתא ופרש"י יתרו יט, ג.

אידן.. קינדער: שהש"ר פ"א, ד.