ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תרמ

ב"ה, יום א' לפרשת קרח, תשכ"ג

ברוקלין, נ. י.

שנת הק"נ להסתלקות-הילולא של רבינו הזקן,

תלמידי ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש

לחג הסיום,

מאנטרעאל,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צום חג הסיום, ד' תמוז - חודש הגאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר - הבע"ל, שיק איך מיין ברכה צו די תלמידים מסיימים און זייערע עלטערן, צו די ראשי-ישיבה און הנהלה, און אלע אנטיילנעמער אין דער שמחה של תורה, שיחיו.

ס'איז איבעריג צו אונטערשטרייכן, אז די אינערלעכע כוונה פון א "סיום" אין ענינים פון תורה און מצוות איז אז דאס זאל דינען אלס א צוגרייטונג צו א התחלה און איבערגאנג אויף א העכערע מדריגה אין לימוד התורה און קיום המצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן.

אין אנהויב סדרה פון היינטיגער וואך ווערט דערציילט וועגן דער מחלוקת פון קורח אויף משה רבינו. אין מדרש דערציילן אונזערע חכמים זכרונם לברכה פארשידענע פרטים וועגן דעם, וואס יעדער פרט אין תורה איז אויך תורה, "תורה" לשון הוראה - לערע און אפלערנונג. איינער פון די פרטים איז, אז קורח האט געפרעגט בא משה רבינו אויב א הויז וואס איז פול מיט ספרים דארף אויך האבן א מזוזה אויף דער טיר? קורח האט גע'טענה'ט, אז א הויז אנגעפילט מיט ספרי-קודש האט דאך פיל מער ווי די צוויי פרשיות פון דער מזוזה, און דעריבער איז א מזוזה איבעריק. אבער משה רבינו האט געענטפערט, אז אויך אזא הויז דארף האבן א מזוזה אויף דער טיר.

די לערע דערפון, וואס איז ספעציעל וויכטיג פאר תלמידים מסיימים, איז:

ווען א תלמיד פון א מוסד חינוך על טהרת הקדש דערגרייכט די מדריגה פון א "סיום", קען ער אפשר מיינען, אז ער איז שוין ווי "א הויז פול מיט ספרי-קודש" און איז שוין פטור פון א "מזוזה" - זאגט מען אים, אז אפילו ווען איינער איז אין אזא מדריגה, דארף ער ערשט האבן די שמירה און באווארעניש פון א "מזוזה" אויף די "טירן" פון זיין קאפ און פון זיין הארץ.

דער אינהאלט פון א מזוזה איז די צוויי פרשיות שמע און והי' אם שמוע, וואס דאס ווייזט, אז א איד, סיי זיצנדיק אין דער היים און סיי ארויסגייענדיק אין גאס, דארף שטענדיק געדענקען, אז ער און אלץ וואס ער האט - געהערט צום אויבערשטן, ה' אלקינו ה' אחד, וואס דערפון קומט דער באלדיגער אויספיר - והי' אם שמוע תשמעו - צו מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס געבאטן און פירן זיך לויט דעם אויבערשטנ'ס רצון אין אלע איינצלהייטן פון טאג-טעגלעכן לעבן.

און דאס דארף געדענקען א תלמיד א "מסיים", אז כאטש תלמוד-תורה כנגד כולם, און ער האט ב"ה מצליח געווען אין לערנען תורה, איז דאס נאך ניט גענוג וואס די ידיעות זיינען בא אים אין קאפ ווי ספרים אויף א פאליצע ("שעלף"). דער עיקר איז - די תורה זאל אריינדרינגען און דורכדרינגען די קאפ און די הארץ, דעם געדאנק און די געפילן, ביז דאס וועט אראפקומען און אפשפיגלען זיך אין אלע איינצלהייטן פון טאג-טעגלעכן לעבן, אין קיום המצוות מיט הידור און מיט שמחה.

דער אויבערשטער זאל געבן, אז יעדער איינער פון תלמידי הישיבות

תומכי-תמימים ליובאוויטש זאל זיין אין דער מדריגה פון א "הויז פול מיט קדושה" און דווקא מיט א כשר'ע "מזוזה" אויף די "טירן" פון קאפ און פון הארצן, אז וואו ער געפינט זיך און וואו ער גייט זאל זיך אנזען ה' אלקינו ה' אחד, דורכגעדרונגען מיט אהבת ה' אהבת התורה און אהבת ישראל שכולי חד. דאן וועט זיכער מקויים ווערן ונתתי מטר ארצכם בעתו וגו' - אלע ג-טלעכע ברכות וועלכע זיינען אויסגערעכנט אין דער פרשה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה מופלגה ובשורות טובות

מ. שניאורסאהן

ח'תרמ

נדפסה בלקו"ש חי"ג ע' 203 והוגהה עפ"י צילום האגרת.

מדרש: במדב"ר ר"פ קרח.

תלמוד.. כולם: פאה פ"א מ"א.

שכולי חד: ראה גם לעיל אגרת ח'רכט, ובהנסמן בהערות שם.