ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תרעט

ב"ה, ימי הסליחות, ה'תשכ"ג

ברוקלין, נ. י.

- שנת המאה וחמישים להסתלקות-הילולא של רבנו הזקן -

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה!

די טעג פון ראש השנה - ימים נוראים מיט וועלכע דער נייער יאהר - הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה - הויבט זיך אן, פילן אן יעדע אידישע הארץ מיט א הייליקן געפיל.

דער דאזיגער געפיל פון די "פארכטיגע טעג" איז א פיל טיפערער ווי יראת העונש (מורא פאר א שטראף ח"ו), אד"ג. די יראה וואס דערוועקט זיך אין די "ימים נוראים" - איז יראת הרוממות, דער געפיל פון מורא וואס קומט פון דעם באוואוסטזיין אז עס קומט פאר און אז מען באטייליגט זיך פערזענליך אין דער הכתרה ("קרוינונג") פון דעם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא; וואס דאס איז דער אינהאלט פון ראש השנה.

די הכתרה פון דעם באשעפער פון דער וועלט אלס מלך על כל הארץ (קעניג פון דער וועלט) וואס אידן בעטן און פירן אויס אין ראש השנה - באנייט דער פערזענליכן פארבונד פון יעדן אידן מיט דעם אויבערשטן; דעם דירעקטן און פנימיות'דיקן פארבונד פון יעדן יחיד אלס יחיד, און ניט נאר אלס א טייל פון דעם ציבור און כלל. די הכתרה ווערט אויסגעפירט דורך דער פערזענליכער בקשה פון יעדן איינעם און איינער פון אונז, אז דער אויבערשטער זאל אננעמען די הכתרה, און דורכדעם ווערט געשאפן דער צוזאמענבונד פון "אנו עמך ואתה מלכנו" (מיר זיינען דיין פאלק און דו ביסט אונזער קעניג).

דער באגריף און געפיל פון דער הכתרה קומט ספעציעל צום אויסדרוק אין דער תפילה: אלקינו ואלקי אבותינו, מלוך על העולם כולו בכבודך והנשא.. וידע כל פעול כי אתה פעולתו.. ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה - דער גאנצער באשאף, און בפרט דער מענטש מיט א נשמה, אנערקענט און אונטערווארפט זיך צו דעם קעניגלעכער הערשאפט פון דעם אויבערשטן.

די תפילה אונטערשטרייכט דעם געפיל פון יראת הרוממות, און גלייכצייטיג די אומפארמיידבארע קאנסעקווענץ דערפון - די גרייטקייט און באגער צו מקיים זיין די געבאטן פון דעם קעניג.

און דעריבער, ניט קוקנדיק וואס ראש השנה איז דער אריינפיר אין די עשרת ימי תשובה און איז דער אנהויב פון די דאזיגע טעג, ווערט אין די טעג פון ראש השנה ניט געזאגט קיין תחנון און קיין וידוי אויף חטאים. ווארום דער געפיל פון פאראייניקונג מיט דעם אויבערשטן דורך דער הכתרה נעמט אזוי דורך דעם מענטשן, אז ווי גרויס עס זאל ניט זיין דער צער פון די מעשים פון דעם עבר, ווערט עס בטל אין דעם באהערשנדן געפיל פון יראת הרוממות.

אייגנטלעך איז אויך תשובה - אין דעם טיפערן באגריף פון דעם, דאס "אומקערן זיך (צום מקור)" - אין פולן איינקלאנג מיט דעם אינערלעכן אינהאלט פון ראש השנה, וואס איז פארבונדן מיט דעם געדאנק פון הכתרה.

ערשט נאך ראש השנה הויבן זיך אן די וויטערדיקע ענינים פון תשובה, חרטה על העבר און קבלה על להבא, מיט וידויים און סליחות וכו' - אלס מוכרח'דיגער אויספיר פון דער הכתרה פון ראש השנה: די באוואוסטזיניקייט פון דעם באנייטן און פארשטארקטן פארבונד און פאראיינציקונג מיט דעם מלך - מוז דערוועקן דעם רצון און באשלוס צו זיין ראוי דערצו, און דאס פארפליכטעט דעם מענטשן צו באזייטיגן אלעס וואס שטערט דעם פארבונד: די פשעים, עוונות און אפילו חטאים (בשוגג).

* * *

ליידער מוז געזאגט ווערן, אז צוליב פארשידענע סיבות זיינען געווען יארן און ערטער וואס די גייסטיגע דערהויבונג פון ראש השנה און עשרת ימי תשובה איז ניט אויסגענוצט געווארען אין דער געהעריגער מאס. די ימים נוראים זיינען אוועק, און אין מאנכע קהילות און בא כמה יחידים איז די באגייסטערונג אויסגעוועפט געווארן און עס האט זיך ניט געמערקט די ענדערונג און אויסבעסערונג אין דעם פערזענלכן טאג-טעגליכן לעבן וואס מ'האט געדארפט דערווארטן בא יעדן אידן מאן אדער פרוי.

ובמילא האט געפעלט אויך די פארבעסערונג אין דעם געזעלשאפטלעכן לעבן.

איינע פון די הויפט סיבות דערפון איז, וואס מ'נוצט ניט אויס די דערהויבנקייט און די באגייסטערונג פון די ימים נוראים אין אן אופן וואס זאל אנרירן דעם זיך אליין, נאר אויף ענינים וועלכע זיינען נוגע אנדערע. ניט זעלטן ווערן די דאזיגע טעג אויסגענוצט אויף אלגעמיינע לאזונגען און וועלט-פראבלעמען; "מעסעדזשעס" וועלכע פארפליכטן קיינעם ניט בכלל, און זיכער קיינעם ניט אין די אייגענע ד' אמות. דאס "באפרידיגט" אלעמען און מען האט אויך די "בארעכטיגונג" אויף דעם, ווארום ראש השנה נעמט דאך ארום די גאנצע בריאה, און עס פעלן ניט אויס אין דער וועלט, אלגעמיינע "גרויסע" ענינים וועלכע פאדערן א פארבעסערונג אדער ענדערונג.

און דער רעדן, קאכן זיך און אננעמען פעסטע באשלוסן אין אזעלכע הויכע וועלט-פארבלעמען (וואס אין די מייסטע פאלען - קענען די באשליסער סיי ווי גאר ניט אויפטאן אין זיי) - איז דאך א באקוועמער און "שיינער" אויסרייד פאר ניט אפגעבען די נויטיקע און לעבענס-וויכטיקע פולע אויפמערקזאמקייט צו זיין פערזענליכן חשבון הנפש און צו זיין טאג-טעגליכן לעבן (וואס דוקא אין דעם האט זיין באשלוס די פולע ווירקונג).

די באווארענונג קעגן דעם ווערט אונטערשטראכן אויך אין דער מצוה פון תקיעת שופר - די איינציקע און ספעציעלע מצוה וואס איז חובת היום פון ראש השנה. די מצוה פון תקיעת שופר איז ניט א צוזאמענשטעל פון א סך כלי זמר, נאר דוקא איין כלי, און דאס אויך - ניט א קאמפליצירטן מוזיקאלישן אינסטרומענט וואס זאל ארויסברענגען אויסערגעוויינלעכע מוזיקאלישע קאמפאזיציעס. דער שופר איז דוקא א פשוט'ער הארן פון א בהמה, און "כל הקולות כשרים בשופר". דער שופר אונטערשטרייכט אז די אריענטירונג דארף זיין, קודם כל, אויף דעם יחיד אויף דעם זיך אליין, און אז דער טראפ מוז געשטעלט ווערן אויף אריינברענגען קדושה אפילו אין די פשוט'ע און געוויינלעכע ענינים פון דעם טאג-טעגלעכן לעבן פון דעם יחיד, און דערנאך אין דעם געזעלשאפטלעכן לעבן פון דעם יחיד אלס א טייל פון דעם ציבור אא"וו.

* * *

ויהי רצון -דער אויבערשטער זאל העלפן אז יעדער איד, מאן אדער פרוי, און בפרט די גייסטיגע פירער, זאלן אויסנוצן די הייליגע מאמענטן און די אינערע נשמה התעוררות פון די ימים נוראים ניט אויף אלגעמיינע וועלט אדער מדינה פארבלעמען, (וואס ווי וויכטיג די דאזיגע פראבלעמען זאלן ניט זיין, זיינען ניט זיי דער ענין פון ראש השנה און עשרת ימי תשובה, ניט פאר דעם יחיד און ניט פאר דער קהילה), נאר אויף דעם דרינגענדעם רוף פון די טעג - דעם רוף צום תמליכוני עליכם - אננעמען דעם אויבערשטן אלס מלך, זיין פערזענלעכן מלך - און די קאנסעקווענץ דערפון - דעם רוף צו תשובה, תפילה, צדקה, וואס דאס אלעס מוז זיך אנהויבן בא זיך און פון זיך, און דערנאך ארום זיך, אין דער קהילה און ווייטער,

און די גייסטיגע דערוואכונג און אויפלעבונג פון די דאזיגע טעג זאלן באלייכטן און דורכדרינגען אלע טעג פון יאר. און זאלן ברענגען צו א טיפערען פארבונד פון יעדן אידן מיט דעם אויבערשטן, א פארבונד וואס וועט זיך אויסדריקן אין דעם טאג-טעגלעכן לעבן לויט און אין איינקלאנג מיט דער ג-טלעכער תורה און ג-טלעכע מצוות. און די ענדערונג צום גוטן אין גייסטיגן לעבן וועט זיכער ברענגען אן ענדערונג צום גוטן אין מאטעריעלן לעבן, אז עס זאל זיין א געבענטשט יאר אין אלע הינזיכטן.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה

מנחם שניאורסאהן

ח'תרעט

נדפסה בלקו"ש ח"ד ע' 1354 ובח"ט ע' 434 והוגהה עפ"י צילום האגרת.

ימים נוראים.. יראת הרוממות: בדרגא היותר העלית כיון שנגלה כבוד הדר מלכותו בחי' מל' דא"ס (ראה לקו"ת דברים מח, ב. מח, ד. מט, ד).

הכתרה.. דער אינהאלט פון הראש השנה: כדמוכח מהבקשה בכל תפלות ר"ה (משא"כ זכרונות ושופרות) מלוך על העולם, והחתימה (וכן בקידוש) מלך על כל הארץ.

ובפירש"י (במחזור וויטרי) דאומרים המלך הקדוש (וגם בערבית) לפי שאמר הקב"ה תמליכוני עליכם בר"ה כדכתיב אני ה"א וסמיך לי' בחודש הז'. לכן גם תק"ש שהיא מצות היום "הענין הראשון" שבזה הוא ש"אנו ממליכין עלינו את הבורא" (רס"ג. הובא באבודרהם).

יחיד אלס יחיד: להעיר מפדר"א פי"א: הלך אדם לעצמו והמליך אותו ראשון ואחריו כו'. ובמשנה סנה' ספ"ד: לפיכך נברא אדם יחידי ללמדך כו'.

דער גאנצער באשאף: וכל העולמות כולם: עשי' יצירה בריאה אצילות (סי' האריז"ל).

ניט געזאגט.. וידוי: שו"ע רבנו הזקן סתקפ"ד ס"ב (מזוהר, כל בו, ב"י שם) וראה שע"ת שם.

ווערט עס בטל: דאף דתק"ש רמז שלו תשובה (רמב"ם הל' תשובה ג, ד. נתבאר בארוכה במאמר דר"ה תש"י) וימי ר"ה ג"כ מעשי"ת הם - הרי בתפלות ובקשות העיקריות דר"ה לא נזכר זה כלל, ואין בר"ה וידוי דברים (שהוא חיוב ומ"ע בתשובה (רמב"ם ריש הל' תשובה) ופשיטא ד"שלא ליתן פ"פ למקטרג" - לא יבטל מ"ע), ואין בו קרבנות תשובה וכו'. - אלא שכל ענין התשובה בר"ה הוא בכדי שתתקבל ההכתרה (המשך ר"ה תש"ג: רד"ה שהמ"מ, סד"ה טו"ט) ולכן אין ענינה בוידוים ולא לתקן החסר (המשך ר"ה תרצ"ה פ"י, כ"ד) והתיקון בא "בעשי"ת הבאים לאחר ר"ה (לקו"ת דברים מט, ד). ואדרבה "לכאורה מה ענין בכי' אל ר"ה, אך הבכי'.. בעינן למיהווי קדם מלכא" (לקו"ת שם נה, ד). וה"יתודה בלחש" הוא ג"כ ענין געגועים (לקו"ד ע' 102)15. ואכ"מ.

תשובה.. אומקערן זיך (צום מקור): לקו"ת ר"פ האזינו.

ערשט נאך ראש השנה: ראה תורת הבעש"ט עה"פ כי לולא התמהמנו (קובץ מכ' תהלים [אג"ק אדמו"ר מוהריי"צ - ח"ד אגרת תתקמג]).

אויפמערקזאמקייט.. טאג טעגלעכן לעבן: להעיר גם מקונטרס העבודה פ"ה ואילך.

דוקא איין כלי: שו"ע או"ח סתקפ"ו (ראה שם שו"ע אדה"ז ס"י).

כל הקולות כשרים: ר"ה כ"ז, ב.

די גייסטיגע פירער זאלן אויסנוצן: ראה שו"ע אדה"ז סתכ"ט, סוס"ב.

די דאזיגע טעג.. אלע טעג פון יאר: וכמו ראש (השנה) המחי' ומנהיג את כל האברים (ימי השנה) (עטרת ראש בתחלתו).

אין מאטעריעלן לעבן: כי הדין בר"ה לעניני עוה"ז (הרמב"ן הובא בהגמי"י פ"ג מהל' תשובה. לקו"ת דברים נט, ב). וג"ז תלוי בההכתרה וכו' כי עי"ז נמתקים כל הדינין ובאור פני מלך חיים (לקו"ת במדבר עב, ב).