ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'תקפד

ב"ה, מוצש"ק וירא, כ' מרחשון, ה'תשל"ג

ברוקלין, נ.י.

אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

עס איז שוין אויסגעקומען צו באַמערקן, אַז די קביעות פון ראש-השנה היינטיגס יאָר, ווען ראש-השנה איז אויסגעפאַלן שבת, אונטערשטרייכט די ספּעציעלע אָנווייזונג, אַז הייאָר, בפרט, דאַרף מען אַריינברענגען מער "שבת'דיקייט" אין אַלע טעג פונם יאָר, אזוי ווי ראש-השנה איז דאָך דער "קאָפּ" (ראש) פון דעם גאַנצן יאָר.

אין איינפאַכן זין, ווי קען מען אַריינברענגען שבת'דיקייט אין אַ וואָכענדיגען טאָג ווען מ'איז פאַרנומען מיט וואָכעדיגע ענינים - איז דאָס פשוט, אַז מ'טוט די עובדין דחול, די וואָכעדיגע זאַכן, מיט אַ "שבת'דיגען" צוועק, און אין אַן אופן אַז דער צוועק נעמט דורך און איז דער עיקר, אין געדאַנק און אין געפיל, פון דעם מעשה בפועל.

אַזוי איז דאָס אויך אין דעם ענין פרנסה גשמיות, ווען די גאַנצע האָרעוואַניע איז דורכגעדרונגען מיט אַ שבת-קודש'דיגען צוועק: ניט סתם לשם פרנסה, נאָר כדי צו קענען דערציען די קינדער און זיך אַליין - אַזוי ווי דער אויבערשטער האָט אָנגעוויזען אין דער תורה, תורת חיים - געמיינט פשוט און בוכשטעבלעך, אָנווייזונגען אין טאָג-טעגלעכן לעבן, און ניט נאָר שבת און יום-טוב.

דער דאָזיגער צוגאַנג און דרך-חיים בפועל איז דער תכלית פון חינוך הכשר בכלל, און איז פון די עצם יסודות פון ישיבת תומכי-תמימים בפרט, וואָס "תמים" מיינט דאָך צו זיין אַ גאַנצער איד אין זיין אופפירונג און אין זיינע שטרעבונגען, סיי אין די וואָכעדיגע טעג און סיי שבת און יום-טוב. די דאָזיגע הדגשה איז איינגעפלאַנצט געוואָרן אין דער ישיבה ווען זי איז געגרינדעט געוואָרען דורך כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב, וואָס היינט - כ' חשון - האָבן מיט פאַרצייכנט זיין יום הולדת (געבורטס-טאָג); די זעלבע הדגשה איז איבערגעפלאַנצט געוואָרן צוזאַמען מיט דער ישיבה תומכי-תמימים - אין אַמעריקא, דורך בנו יחידו וממלא מקומו, כ"ק מו"ח אדמו"ר; און אַזוי ווערט דאָס אויך ווייטער פאָרגעזעצט אין דעם זעלבן גייסט.

איצט, אַז עס דערנעעטערט זיך די יערלעכע אונטערנעמונג פון דער צענטראַלע ישיבת תומכי-תמימים, וויל איך האָפן, אַז אַלע חובבי תורה, ובפרט אנ"ש, שיחיו, וועלן אויסניצן די געלעגנהייט אַריינצוברענגען מער "שבת'דיקייט" בגופם ובממונם - אין דעם אויבנדערמאָנטן זין, כדי צו פאַרזיכערן דעם דערפאָלג פון דער יערלעכער אונטערנעמונג און מעגלעך מאַכן פאַר דער ישיבה אָנצוגיין מיט איר הייליגער אַרבעט צו דערציען וואָס מער תלמידים "תמימים" און אין אַן אופן פון מוסיף והולך מוסיף ואור.

ותבוא עליהם ועל בני ביתם שיחיו ברכת ה' בכל המצטרך בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 502.

אויסגעקומען צו באַמערקן במכתב כללי דח"י אלול ה'תשל"ב - לעיל חכ"ז אגרת י'תעח.

דער "קאָפּ" ראה גם לעיל שם, ובהנסמן בהערות שם. לעיל אגרת י'תקס, ובהנסמן בהערות שם.