ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'תשז

ב"ה, כ"ד אדר א', ה'תשל"ג

ברוקלין, נ.י.

צו אלע אָנטיילנעמער אין דער יערלעכער מסיבה פון די "נציבי הישיבה" תומכי תמימים ליובאַוויטש אין מאָנטרעאַל

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה, אַז די יערלעכע מסיבה איז באַשטימט געוואָרן אויף ט' אדר שני, דער היסטאָרישער טאָג ווען כ"ק מו"ח אדמו"ר איז אָנגעקומען אין אַמעריקא מיט 33 יאָר צוריק.

ווי באַקאַנט, האָט דער רבי דער שווער, תיכף ביים אָנקומען, דערקלערט, אַז ניט צוליב זיך איז ער געקומען, נאָר אַז די השגחה עליונה האָט אים געבראַכט צו באַטרעטן די אַמעריקאַנער ערד, "כדי, בעזר השי"ת, צו מאַכן אַמעריקא פאַר אַ מקום תורה ביראת שמים, ברוח תומכי-תמימים ליובאַוויטש".

נאָך די אַלע יאָרן וועלכע זיינען דורכגעמאַכט געוואָרן זינט יענעם טאָג, איז זיכער פּאַסנד צו מאַכן אַ חשבון, וואָס ס'איז אויפגעטאָן געוואָרן. און זיכער איז דאָ פון וואָס צו זיין צופרידן.

אָבער צוזאַמען דערמיט, אַרומקוקנדיג וואָס עס טוט זיך אַרום זיך, און וויפל אידישע קינדער און יוגנטלעכע בלאָנדזשן נאָך אַרום אין דער פינצטער, וואַרטנדיג אַז אימיצער זאָל צו זיי אויסשטרעקן אַ האַנט און אַרויספירן פון דער פינצטערניש צו דער ליכטיקייט פון תורה ומצוות, שאַפט זיך דער פאַרדריסלעכער געפיל, אַז ניט קוקנדיג אויף אַלע דערגרייכונגען, האָט מען דאָך געקענט אויפטאָן נאָך מער. און דאָ קען איינפאַלן אַ פסול'ער געדאַנק: "וואָס געווען איז געווען, פאַרפאַלן. לאָמיר יעדנפאַלס להבא זען, אַז יעדער טאָג זאָל אויפטאָן דאָס זייניגע".

איז אָבער באַ אידן ניטאָ אַזאַ זאַך ווי "פאַרפאַלן". און דאָס דערמאָנט אונז ספּעציעל דער (היינטיגער) עיבור-יאָר, בפרט אַז מיר געפינען זיך אין דעם עיבור-חודש.

דער ענין פון דעם עיבור-יאָר איז צו ממלא זיין דעם חסרון פון דעם לבנה-יאָר (דער יסוד פון אונזער לוח) לגבי דעם זון-יאָר, כדי אונזערע ימים טובים זאָלן אויספאַלן אין זייער ריכטיגער צייט (פסח אין פרילינג, וכו'). אָבער אין דעם איז אויך דאָ די אָנווייזונג, אַז אַ איד דאַרף ממלא זיין דאָס וואָס ער האָט פאַרפעלט אין דער פאַרגאַנגענער צייט.

נאָכמער, פּונקט ווי אין פאַל פונם עיבור-יאָר, ווען עס קומט צו אַ גאַנצער חודש, איז דאָס ניט נאָר ממלא דעם חסרון פון די פריערדיגע יאָרן, נאָך אויך מיט אַ הוספה אויפן חשבון פון די קומענדיגע יאָרן, אַזוי דאַרף אַ איד באַמיען זיך ניט נאָר ממלא צו זיין וואָס ער האָט פאַרפעלט - ניט וויכטיג וואָס די סיבות זיינען געווען און ווי באַרעכטיגט זיי זיינען געווען, נאָר מיט אַ צוגאָב אַלס אַן "אַדערויף" אויף דער צוקונפט.

איך וויל האָפן, און בין זיכער, אַז דער אָפּרוף פון אַלע אָנטיילנעמער, בפרט פון די געערטע נציבים און עסקנים, שיחיו, וועט הייאָר זיין אַ ספּעציעל וואַרעמער, כדי צוזאַמען מיט דער ישיבה קענען דורכפירן בפועל ממש די הוראה פונם עיבור-יאָר, ווי אויבנדערמאָנט.

זייט אַלע באַגריסט, און געבענטשט פון השם יתברך מיט גרויס הצלחה, סיי אין דער אונטערנעמונג און סיי בכלל, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש חכ"א ע' 479.

ווי באַקאַנט סה"ש ה'ש"ת ע' 5.

באַ אידן ניטאָ ראה גם סה"ש ה'תש"א ע' 115. "היום יום" יד אייר.

דער ענין ראה גם לעיל אגרת י'תרצג, ובהנסמן בהערות שם.