ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'תשיח

ב"ה, ז' אדר ב', ה'תשל"ג

ברוקלין, נ.י.

צו די עסקנים און פריינט פון די בית רבקה שולעס - בכלל, און צו די אָנטיילנעמער אין דער יערלעכער מסיבה - בפרט

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה, אַז די יערלעכע מסיבה קומט הייאָר פאָר ראש-חודש ניסן הבע"ל.

ווי באַקאַנט, איז פאַראַן אַ ספּעציעלע באַדייטונג אינם אויסדרוק "ראש" אין צוזאַמענהאַנג מיט ראש-חודש (און ראש-השנה). דער אינהאַלט דערפון איז, אַז דאָס איז ניט פשוט דער "אָנהויב", נאָר דער "קאָפּ". פּונקט ווי דער קאָפּ קאָנצענטריט אין זיך די לעבעדיקייט פונם גאַנצן קערפּער און דער נערוון-צענטער פון אַלע פעולות פונם גוף, אַזוי איז ראש-חודש אין באַצוג צו אַלע טעג פונם חודש (און ראש-השנה אין באַצוג צו אַלע טעג פונם יאָר).

דערפון קען מען פאַרשטיין די ספּעציעלע וויכטיקייט פון ראש-חודש ניסן, וואָרום דער חודש ניסן איז דאָך דער חודש פון גאולה - די באַפרייאונג פון אונזער פאָלק פון גלות מצרים, וואָס קומט צום העכסטן אויסדרוק אין דעם יום-טוב פסח, זמן חירותנו.

די גאולה איז געווען אַ צוויי-פאַכיגע: גאולה אין גשמיות, דאָס הייסט פשוט די באַפרייאונג פון קערפּערלעכער שקלאַפעריי, און גאולה אין רוחניות, די באַפרייאונג פון גייסטיגער פאַרשקלאַפונג, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אין מצרים (דורך דעם קרבן פסח וכו') און איז געקומען צום העכסטן אויסדרוק דורך קבלת התורה מסיני.

דערמיט ווערט אונטערגעשטראָכן דער אידישער תורה-באַגריף פון פרייהייט: ניט קוקנדיג וואָס מ'לעבט אין אַ וועלט וואו גשמיות און רוחניות ווערן באַטראַכט אַלס צוויי באַזונדערע וועלטן, קען אַ איד זיין פריי נאָר דאַן - ווען ער איז פריי אין ביידע געביטן צוזאַמען, סיי מאַטעריעל און סיי גייסטיג, מיט דער הדגשה אויף דער פרייהייט פון דער נשמה, צו פירן דעם טאָג-טעגלעכן לעבן אין פולן איינקלאַנג מיט דעם ג-טלעכען רצון, לויט דער תורה און מצוות וואָס ער האָט אונז געגעבן, וואָרום בלויז אַזאַ לעבן האָט אַ זין און אינהאַלט פאַר אַ אידן.

דער דאָזיגער באַגריף מוז איינגעפלאַנצט ווערן אין אונזערע קינדער פון דער פריסטער יוגנט, דורך אַ תורה-טרייען חינוך אין תורה-טרייע חינוך מוסדות. אָבער, פאַרשטייט זיך, אַז אויך די שטוב האָט אַ גאָר וויכטיגען אָרט אין דעם חינוך פון קינדער. און דאָס ברענגט אַרויס די ספּעציעלע וויכטיקייט פון דעם חינוך מוסד בית רבקה, וואו אידישע טעכטער ווערן צוגעגרייט צו פאַרנעמען זייער צענטראַלן אָרט אין דער אידישער היים אַלס עקרת-הבית, פון וועמען די גאַנצע פירונג פון דער שטוב, און עצם יסוד פון דער אידישער היים, איז אָפּהענגיק אין גאָר אַ גרויסער מאָס.

עס איז דעריבער מיין בקשה און פעסטע האָפ[נ]ונג, אַז אַלע עסקנים און פריינט פון די דאָזיגע מוסדות פון חינוך הבנות על טהרת הקודש וועלן טאָן אַלץ וואָס עס איז פון זיי אָפּהענגיק, אַז די יערלעכע אונטערנעמונג און אַלע פעולות פון בית רבקה אַ גאַנץ יאָר זאָלן זיין בהצלחה גדולה, און דער זכות זאָל ביישטיין אַלע עסקנים, פריינט און מיטהעלפער צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות, פאַר זיך און זייערע בני בית שיחיו, אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


מצילום האגרת.

ווי באַקאַנט ראה גם לעיל אגרת י'תקס, ובהנסמן בהערות שם. בנוגע לראש-חודש – ראה גם לקו"ת דרושי ר"ה שנסמן שם. עטרת ראש שם (ג, ב). המשך וככה תרל"ז (ע' קכח). ובכ"מ.

ניסן . . חודש פון גאולה שמו"ר פט"ו, יא. וראה גם לקמן אגרת י'תשמא.

זמן חירותנו בנוסח התפלה והקידוש דחה"פ. וראה לקו"ש חי"ז ע' 71 ואילך.

די גאולה ראה גם לעיל חכ"ז אגרת י'שסג (ע' שע-שעא).

גאולה אין רוחניות ראה ז"ח ר"פ יתרו. זח"ב מ, א. הנסמן בהערה שלאח"ז.

גאולה אין רוחניות . . דורך קבלת התורה ראה אבות פ"ו מ"ב. וראה גם שמו"ר פמ"א, ז. ויק"ר פי"ח, ג. זח"ב קיג, סע"ב ואילך. ז"ח צז, ב. ועוד.

עקרת הבית ראה ב"ר פע"א, ב. זח"א קנד, א. אוה"ת נ"ך ח"ב ע' תתעא, ושם ע' תתנח ואילך.