ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'תשמא

ב"ה, ראש חודש ניסן, ה'תשל"ג

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

חודש ניסן און זיין צענטראַלער פּונקט חג הפסח - האָבן אַ ספּעציעלע שייכות און פאַרבונד מיט זייער ראש חודש - ר"ח ניסן, ווי אויך אָנגעדייטעט אין דעם אַריינפיר צו חודש ניסן און צו חה"פ - פרשת החודש, וואָס ווערט געלייענט אין דער תורה דעם שבת פאַר ראש-חודש ניסן (אָדער שבת ראש-חודש ניסן).

די גאַנצע פרשה ווערט אָנגערופן "פרשת החודש", חאָטש "החודש" איז נאָר דער אָנהייבס פון איר צווייטן פסוק - און דער אינהאַלט פון דער פרשה איז גאָר וועגן קרבן פסח און חג הפסח און זייערע דינים.

דערפון איז פאַרשטאַנדיג, אַז דער אינהאַלט פון דעם פסוק איז ניט סתם אַ הקדמה צום ענין פון פסח, נאָר ער האָט אַ ספּעציעלע פאַרבינדונג דערמיט.

שטעלט זיך די פראַגע: אין וואָס באַשטייט דער צוזאַמענהאַנג פון החודש הזה לכם גו' ראשון הוא לכם לחדשי השנה - אָנהויבן ציילן די חדשים פון יאָר פון חודש ניסן, מיט די ענינים פון פסח? און נאָכמער - אויב יעדער זאַך אין תורה האָט אַ טיפן אינהאַלט, איז דאָך זיכער, אַז בנוגע אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט פסח (און יציאת מצרים) - וועלכע זיינן אַ יסוד גדול ועמוד חזק בתורתינו ובאמונתינו (אַ גרויסער פונדאַמענט און שטאַרקער זייל פון אונזער תורה און אמונה) - האָט דער אינהאַלט אַ גאָר ווייטגרייכענדע כללות'דיגע באַדייטונג.

***

באַ אידן איז דאָ - על פי תורה - צוויי כללות'דיגע אָרדענונגען אין יאָר קאַלענדער: א) אָנהייבענדיג פון אחד בתשרי - פון ראש השנה. ב) אָנהייבענדיג פון החודש הזה - פון ניסן - וועלכער איז דער ערשטער פון אַלע חדשים.

די ציילונג אָנהייבנדיג פון חודש תשרי איז פאַרשטאַנדיג: דאָס איז די צייט פון בריאת העולם (וועלט באַשאַפונג) און אין אייקלאַנג מיטן גאַנג פון דער וועלט (נאַטור), ווי דער אויבערשטער האָט דאָס איינגעשטעלט: זרע וקציר גו' (אַקערן און) זייען, און די צייט אויף דעם איז חודש תשרי, און ערשט שפּעטער, אין ניסן הויבט זיך אָן דער ערשטער שניט פון גערשטן און דערנאָך (שבועות-צייט) דער שניט פון ווייץ א.ז.וו.

די ציילונג באַ אידן, אָנהייבענדיג פון חודש ניסן, אונטערשטרייכט די נסים-דיגע למעלה מדרך הטבע-הנהגה (פירונג) פון לעבן פון אידן, ווי דאָס ווערט דערקלערט גלייך אויפן אָרט דורך פאַרבינדן דעם ענין פון ניסן אַלס ראש חדשים - מיט דעם ענין פון פסח, וואָרום פסח און יציאת מצרים זיינען דאָך געווען "נסים ונפלאות" אינגאַנצן למעלה מדרך הטבע.

ביידע אופנים פון הנהגה זיינען דאָ. און די אָנווייזונג פון פרשת החודש אַז ניסן איז דער ערשטער פון אַלע חדשים - איז, אַז אַ איד דאַרף וויסן דעם אמת: אַז אפילו דאַמאָלס ווען מיט די אויגן זעט ער נאָר די הנהגה טבעית (נאַטירלעכע אויפפירונג), איז אָבער ווען ער וועט אַריינקוקן טיפער וועט ער פאַרשטיין און דערזען, אַז באמת ווערט אַלץ אָנגעפירט דורך השגחה פרטית און אויף אַ נסים'דיגען אופן, ביז אפילו אַז אַזאַ נאַטירלעכע זאַך ווי שניידן גערשטן און ווייץ וכו' איז דאָס ניט דער רעזולטאַט פון כוחי ועוצם ידי, פון אַקערן און זייען מיט אַ האַלב יאָר פריער, נאָר ברכת ה' היא תעשיר - דעם אויבערשטנ'ס ברכה זי מאַכט רייך,

און ווי עס איז געווען באַ אַלע אידן אָן אויסנאַם אַרויסגייענדיק פון מצרים - האָבן זיי געהאַט טאָג-טעגלעך דעם מן, און אויך דערנאָך אַרייגייענדיק אין ארץ נושבת אין ארץ ישראל איז געווען דער אָנהייבס אין ניסן און זיי האָבן באַקומען פאַרטיג - פעלדער און גערטנער צום שניידען א.ז.וו.

***

אויבערפלעכלעך קען זיך אויסוויזן, אַז דאָס אויבנגעזאָגטע איז אין סתירה צום סדר פון אדם לעמל יולד (אַ מענטש איז געבאָרן געוואָרן - צו האָרעוואַניע) - וויבאַלד אַז סוף כל סוף איז דער עיקר ניט די מענטשלעכע האָרעוואַניע, נאָר די ג-טלעכע ברכה.

אָבער אויסערדעם וואָס דאָס איז אויך אַן אָנזאָג פון אויבערשטן אין תורה, אין סומכין על הנס (מען פאַרלאָזט זיך ניט אויף אַ נס), איז שוין ערקלערט געוואָרן אין אַ פריערדיגן בריוו, אַז עמל, האָרעוואַניע, האָט פאַרשידענע דרגות און שטופן, על דרך ווי די עבודה אין די וואָכנטעג איז אַנדערש פון דער עבודה אין דעם טאָג פון שבת, ווען די האָרעוואַניע דאַרף זיין אין גייסטיגע ענינים, ובכלל - אַפילו באַ עמל אין איינפאַכן זין, אַז ער אַקערט און זייט אין דער צייט פון אַקערן און זייען א.ז.וו. איז דער עמל פונם מענטשן בלויז צו שאַפן די לבושים (פאַרדעקונג מאַנטעל) און כלים בדרך הטבע, אָבער ער דאַרף וויסן און געדיינקען אַז די ברכה קומט פון דעם אויבערשטן.

***

עס זיינען געווען צייטן, ווען אידן האָבן באַשיינפערליך געזען נסים גלויים, ווי די נסים וועלכע זיינען טעגלעך פאָרגעקומען אין בית-המקדש. אָבער אַפילו אין די איצטיגע טעג פון גלות, ווען די וועלט איז איינגעהילט אין אַ פינסטערניש און נסים זעען זיך ניט אָן בעיני בשר, איז דאָס נאָר, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה זאָגן, אין בעל הנס מכיר בנסו (דער מיט וועמען עס פּאַסירט אַ נס, דערקענט ניט זיין נס). אָבער יעדער מענטש, און בפרט אַ איד, ווען ער טראַכט זיך אַריין אין דעם וואָס עס האָט מיט אים פּאַסירט במשך פון אַ געוויסער צייט, וועט איינזען די השגחה פרטית - ביז אין אַן אופן פון הנהגה נסית.

***

און דאָס איז די הוראה כללית (הויפּט אָנווייזנוג) פון החודש הזה לכם ראש חדשים: בשעת אידן שטייען ערב "יציאת מצרים" און דעם אָנהויב פון אַ נייעם "לעבן", סיי פאַר דעם כלל און סיי פאַר דעם פרט, האָט אונז דער אויבערשטער געגעבן אַ נייעם סדר - צו ציילן די חדשים פון יאָר פון ניסן דוקא. די הוראה פון תורת אמת וואָס זי איז תורת חיים (תורה פון טאָג-טעגלעכן לעבן), וואָס דאָס איז די אמת'ע אויפפּאַסונג און אידישער באַגריף פון דער הנהגה אין וועלט איז: צו זען שטענדיג די השגחה פרטית און די למעלה מדרך הטבע'דיגע הנהגה אפילו ווען דאָס איז פאַרשטעלט אין "נאַטירלעכע" לבושים.

***

דאָס האָט אויך אָנגעדייטעט דוד המלך אין מערערע פון מזמורי תהלים, וועלכע ער האָט געזאָגט אַלס נעים זמירות ישראל - פאַר און אין נאָמען פון אַלע אידן אין אַלע דורות; אויך אין דעם מזמור: בך ה' חסיתי ("אין דיר, ג-ט, טו איך מיר שיצן" - ניט נאָר אין געוויסע צייטן, נאָר שטענדיג, יעדן טאָג, און דעריבער) אל אבושה לעולם ("איך וועל קיינמאָל ניט פאַרשעמט ווערן"),

און דאָס בריינגט צו אַ הנהגה וואָס מען זעט קלאָר אַז עס איז אַ הנהגה נסית, ביז אַז די אַלע זאַכן וואָס קאָנען שטערן צום לעבן ווי עס באַדאַרף צו זיין בכלל, און צו תורה און מצוות בפרט, איז ניט נאָר וואָס זיי ווערן בטל, נאָר ונהפוך הוא, זיי ווערן איבערגעקערט, אַז זיי העלפן נאָך צו אין דאָס גוטע און פאַרלייכטערן דעם ריכטיקן לעבן, ווי דער סיום (אָפּשלוס) פון דעם מזמור:

גם לשוני כל היום תהגה צדקתך ("אויך מיין צונג אַ גאַנצן טאָג וועט ריידן דיין וואוילטעטיקייט), כי בושו כי חפרו מבקשי רעתי (וואָרום פאַרשעמט זיינען געוואָרען און פאַרקלעמפּט די וועלכע האָבן געזוכט מיין בייז").

די אַלע מענטשן און זאַכן, וואָס פריער זיינען זיי געווען ניט נאָר ניט גינסטיק, נאָר האָבן געזוכט צו טאָן שלעכטס, ווערן זיי ניט נאָר אונמעכטיק און בטל, נאָר זיי שעמען זיך מיט זייער פריערדיגער באַציאונג.

***

ויהי רצון אַז דער חודש ניסן, חודש הגאולה, זאָל יעדן איינעם ברענגען אַן אויסלייזונג און חירות פון אַלע זאַכן וועלכע זיינען מצירים און - מצרים (מאַכן צרות, ח"ו, אָדער באַגרענצען) און עס זאָל זיין די ריכטיגע צוגרייטונג צום יום-טוב חג המצות, זמן חירותינו.

בכבוד ובברכת חג הפסח כשר ושמח,

מנחם שניאורסאהן

חודש ניסן און זיין צענטראַלער: כשמו חודש של גאולה (שמו"ר פט"ו, יא. וראה ר"ה ד, א). אוה"ת להצ"צ ד"ה החודש הזה (ע' רסד).

אָנגערופען "פרשת החודש": ראה מגילה כט, א ואילך. וברש"י (שם) ד"ה ברביעית: ששם פרשת הפסח.

החודש . . השנה: בא יב, ב.

יסוד . . ובאמונתינו: ס' החינוך מצוה כא.

צוויי כללות'דיגע אָרדענונגען: ראה ר"ה בתחלתה. שמו"ר שם. ל"ת להאריז"ל פ' ויצא ד"ה ענין הז' כוכבי לכת. שם פ' בא (בטעהמ"צ). ד"ה החודש הזה (ה'ש"ת), ח.

די ציילונג . . פון חודש תשרי . . ניסן: ראה עקדה שער לח. וראה ד"ה החודש הזה, תרס"ו.

זרע וקציר . . תשרי . . ניסן: ראה ב"מ קו, ב.

נסים ונפלאות: רמב"ם הל' חומ"צ רפ"ז. תפלת נשמת. וראה מאו"א נ, כא.

שניידן . . ברכת ה': להעיר מהירושלמי (הובא בתוד"ה אמונת, שבת לא, א) שמאמין בחיי העולמים וזורע.

ברכת . . תעשיר: להעיר מהקדמת אדהאמ"צ לס' דרך חיים.

באַקומען פאַרטיג: דברים ו, יא (לא מזכיר בקרא בפי' שדות - כי פשוט הוא מאחר שנכנסו לארץ בניסן. וראה יהושע ה, יא).

אדם לעמל יולד: איוב ה, ז. סנה' צט, ב. וראה ד"ה זה שנת תרפ"ט.

אין סומכין על הנס: זח"א קיא, ב. וראה שם רל, ב. פסחים סד, ב.

אַ פריערדיגען בריוו: י"א ניסן, תשל"ב.

נסים . . אין בית המקדש: אבות פ"ה מ"ה.

אין . . בנסו: נדה לא, א: מאי דכתיב עושה נפלאות כו' (בשינוי לשון). וראה רד"ה לעושה נפלאות תש"ד (תורת הבעש"ט).

אַלע אידן אין אַלע דורות: שעל כל אחד מהם נאמר כי חלק הוי' עמו גו'. וראה זח"ג (חצר, ב) דלא יהב להו לרברבא כו' ובלקוטי לוי יצחק לשם שהוא ע"ד האמור בהגדה: לא ע"י מלאך כו' ולא אחר.

בך ה' חסיתי: תהלים עא, א. וראה לקו"ת אמור (לה, ג): יצי"מ כו' הוי' דוקא.

מצירים: ראה ב"ר (פט"ז, ה) כל המלכיות נק' ע"ש מצרים ע"ש שהם מצירות לישראל.

מצרים . . באַגרענצען: אפילו מצרים דקדושה. וראה לקו"ת שה"ש כח, ד. אור תורה להה"מ עה"פ החודש הזה. ד"ה החודש הזה, תרכ"ו פ"ד.


נדפסה בהגש"פ עם לקוטי טעמים, מנהגים וביאורים ח"ב ע' תרמו ואילך, והושלמה ע"פ צילום האגרת. תרגום האגרת ללה"ק - ב"תורת מנחם - אגרות מלך" ח"ב ע' צב ואילך.

וברש"י . . ששם פרשת הפסח ראה לקו"ש חל"ו ע' 206 הערה 11.

ד"ה . . ח' סה"מ ה'ש"ת ע' 28.

ד"ה . . תרס"ו המשך יו"ט של ר"ה תרס"ו ע' קנו.

זרע וקציר גו' נח ח, כב.

רמב"ם הל' חומ"צ רפ"ז ראה לקו"ש חכ"א ע' 71.

השגחה פרטית ראה כתר שם טוב (הוצאת קה"ת) הוספות סימן קיט ואילך. וש"נ.

כוחי ועוצם ידי ראה עקב ח, יז.

ברכת . . תעשיר משלי י, כב.

ארץ נושבת בשלח טז, לה.

ד"ה . . תרפ"ט סה"מ תרפ"ט ע' 218 ואילך.

י"א ניסן, תשל"ב לעיל חכ"ז אגרת י'שע.

דכתיב תהלים קלו, ד.

רד"ה . . תש"ד: סה"מ תש"ד ע' 49.

נעים זמירות ישראל שמואל-ב כג, א. וראה שהש"ר פ"ד, ד (בתחילתה).

כי . . עמו האזינו לב, ט.

ובלקוטי לוי יצחק: נתבאר בשיחת ש"פ האזינו תשל"ב ("שיחות קודש" תשל"ב ח"א ע' 37), ובכ"מ.

תהלים עא פרק תהלים המתאים לשנות כ"ק אדמו"ר.

גם . . רעתי תהלים שם, כד.

אור תורה הוצאת קה"ת ספ"ג (ל, א). וראה גם ס"א וספ"ב (א, א. כט, ד).

ד"ה . . תרכ"ו: סה"מ תרכ"ו - הוצאת תשמ"ט - ע' לו.