ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'תשס

ב"ה, ערש"ק מברכים חודש אייר, ה'תשל"ג

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פאַר דעם מוסד חינוך "אהלי תורה"

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

באַ פאַרשידענע געלעגנהייטן איז אונטערשטראָכן געוואָרן די ספּעציעלע וויכטיקייט פון היינטיקן יאָר אלס שמיטה-יאָר. און כאָטש די מצוות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט שמיטת קרקעות זיינען ניט נוהג אין חוץ-לארץ, אָבער ווי אַנדערע מצוות וועלכע זיינען ניט נוהג בזמן הזה, זיינען זיי דאָ אין רוחניות אויך בזמן הזה און אין חוץ-לארץ, וואָרום אַלע ענינים פון תורה הנצחיית זיינען העכער פון צייט און אָרט. און וויבאַלד אַז זיי זיינען דאָ, מיינט דאָס אַז זייער אינהאַלט דאַרף זיך אויסדריקן אויך אין מעשה בפועל, וואָרום מעשה הוא העיקר.

דער אינהאַלט פון שמיטה איז, אַז כאָטש אַ איד האָט אַ פעלד וואָס געהערט צו עם, און געהערט צו עם על פי תורה, וואָס תורה זאָגט אַז דאָס איז זיינע און איז עם מחייב אין תרומות ומעשרות וכו', אָבער צוזאַמען דערמיט זאָגט דער אויבערשטער כי לי הארץ - אַז אַ איד דאַרף אַנערקענען, אַז דער אמת'ער בעל-הבית איז דער אויבערשטער, און די דאָזיגע אַנערקענונג איז ניט סתם אַ געדאַנק, נאָר דאַרף זיך אויסדריקן בפועל, דורך אָפּלאָזן די פעלד פריי און ניט באַאַרבעט דעם גאַנצן יאָר פון שמיטה, אַזוי אַז אויך די פירות פון דעם יאָר געהערן אויך ניט צום אייגנטימער פון פעלד, נאָר זיינען הפקר פאַר אַלעמען, אפילו פאַר די חיות פון פעלד. און ווי אַלע מצוות, וועלכע דאַרפן געטאָן ווערן מיט שמחה, אַזוי איז ער מקיים אויך די מצוה פון שמיטה מיט פרייד, וויסנדיק די טייערקייט פון אַ מצוה און עס איז ניטאָ קיין גרעסערער גליק ווי צו מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון.

און בנוגע שמיטה האָט דער אויבערשטער צוגעזאָגט אַן איבערנאַטירלעכן שכר אויך בגשמיות, אַז די גערעטעניש פון פעלד אין דעם זעקסטן יאָר וועט זיין אַ דריי-פאַכיקע, פאַר גאַנצע דריי יאָר.

איינע פון די אָפּלערנונגען דערפון, אין אַלע צייטן און אין אַלע ערטער, איז, אַז אַ איד דאַרף וויסן, אַז כאָטש תורה זאָגט אַז ער זאָל טאָן אין עניני פרנסה בדרך הטבע (ששת ימים תעבוד ועשית כל מלאכתך), אָבער אַז עס קומט צו אידישקייט, צו ענינים פון תורה און מצוות, דאַן איז ער אינגאַנצן אַרויסגענומען פון טבע און שטייט ניט נאָר אונטער השגחה-פרטית - נאָר אויך אונטער הנהגה נסיית.

און פּונקט ווי שמיטה איז ניט אַן ענין פאַר "ספּעציעלע" טעג פון יאָר, נאָר אַ גאַנץ יאָר, אַזוי איז אידישקייט אין פולער מאָס פון דעם - ניט פאַר אויסנאַמס טעג, ווי ראש השנה און יום כיפור און שבת אד"ג, נאָר עס דאַרף אָפּגעהיט ווערן דעם גאַנצן יאָר און אַלע טעג פון יאָר, די וואָכנטעג, שבת, יום-טוב וכו'; און ניט ח"ו אַלס א לאַסט און טירחה, נאָר מיט דער פריילעכקייט און שמחה של מצוה.

דער דאָזיגער צוגאַנג צו תורה ומצוות מוז, זעלבסטפאַרשטענדעלך, איינגעפלאַנצט ווערן אין אידישע קינדער פון דער פריסטער יוגנט אָן, און דאָס איז די אויפגאַבע פון דעם מוסד חינוך אהלי תורה, צו ערציען אידישע קינדער אין תורה ביראת שמים און שמחה של מצוה - אין איינקלאַנג מיט דאָס אויבנגעזאָגטע, און איז מצליח אין דעם.

עס איז צו האָפן, אַז די אָנטיילנעמער אין דער מסיבה, ובכלל די עסקנים און פריינט פון דעם העכסט וויכטיגען מוסד חינוך וועלן זיך ברייטהאַרציג אָפּרופן און געבן דעם מוסד זייער פולסטע שטיצע, אין איינקלאַנג מיט דעם איבערנאַטירלעכן אינהאַלט פון היינטיקן שמיטה-יאָר. און דער אויבערשטער וועט זיכער באַגליקן יעדן איינעם און איינע, מידה כנגד מידה, מיט אַן איבערנאַטירלעכן שפע אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה,

מ. שניאורסאהן


באַ פאַרשידענע געלעגנהייטן ראה גם לעיל אגרת י'תקס, ובהנסמן בהערות שם.

שמיטת קרקעות . . ניט נוהג אין חוץ-לארץ ראה בהנסמן לעיל שם הערה ד"ה די דינים.

תורה . . העכער פון צייט און אָרט ראה שו"ע אדה"ז או"ח מהדו"ב ס"א ס"ח. וש"נ. תניא פכ"ה.

מעשה הוא העיקר אבות פ"א מי"ז.

כי לי הארץ בהר כה, כג.

אַ איד דאַרף אַנערקענען ראה חינוך מצוה פד.

ששת . . מלאכתך יתרו כ, ט. ואתחנן ה, יג.

השגחה פרטית ראה כתר שם טוב (הוצאת קה"ת) הוספות סימן קיט ואילך. וש"נ.

מידה כנגד מידה ראה סנהדרין צ, סע"א. וראה סוטה ח, ב ואילך.