ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'תשעג

ב"ה, ל"ג בעומר, ה'תשל"ג

ברוקלין, נ.י.

צו דער 18-טער יערלעכער קאָנווענשאָן

פון נשי ובנות חב"ד

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין דעם דאָזיגען סגולה-טאָג ל"ג בעומר, שיק איך מיין באַגריסונג און ברכה צו אַלע אָנטיילנעמער אין דער קאָנווענשאָן. ויהי רצון, אַז עס זאָל זיין מיט הצלחה אין דער פולסטער מאָס.

עס איז מערערע מאָל אויסגעקומען צו אונטערשטרייכן, אַז אין אַלע וויכטיגע היסטאָרישע געשעענישן וועלכע זיינען פאַראייביגט געוואָרן אין אונזער לוח, האָבן אידישע פרויען געהאַט אַ דעצידירענדע ראָלע. אַזוי אויך בנוגע ל"ג בעומר.

ל"ג בעומר, ווי באַקאַנט, דערמאָנט אונז די פּאַסירונג מיט די תלמידים פון רבי עקיבא, ספּעציעל די וועלכע האָבן איבערגעלעבט די מגיפה ר"ל און האָבן צוזאַמען מיט זייער רבי'ן אויפגעלעבט און פאַרזיכערט דעם המשך פון דער תורה שבעל פה. צווישן זיי איז געווען דער תנא רבי שמעון בן יוחאי (רשב"י), דער מחבר פון זוהר, וועמענס הילולא איז ל"ג בעומר. צוזאַמען מיט זיין חלק אין נגלה דתורה, איז אַדאַנק אים אויך פאַרזיכערט געוואָרן דער המשך פון פנימיות התורה, תורת הקבלה.

און אָט די דאָזיגע תלמידים פון רבי עקיבא - זאָגן אונזערע חכמים זכרונם לברכה - האָבן געראַטעוועט די תורה אין יענער צייט (יבמות סב, ב).

אין וואָס באַשטייט די ראָלע פון דער אידישער פרוי אין דעם דאָזיגען קריטישן מאָמענט אין דער געשיכטע פון אונזער פאָלק?

דאָס האָבן אונזערע חכמים ז"ל קלאָר אַרויסגעבראַכט אין דער דערציילונג, וועגן רבי עקיבא. די גמרא דערציילט אויספירלעך, ווי אַזוי דער אויפשטייג פון רבי עקיבא, פון דעם מצב פון אַן אומוויסנדן פּאַסטוך ביז צו דער מדריגה פון דעם גרעסטן תנא פון זיין דור, איז געווען צו פאַרדאַנקען אַ פרוי - זיין געטרייע און מוטיגע פרוי רחל. און רבי עקיבא אַליין האָט דאָס עפענטלעך באַשטעטיגט ברבים, זאָגנדיג צו זיינע תלמידים שלי ושלכם שלה הוא "אַלץ וואָס איך האָב געלערנט, און וואָס איר האָט געלערנט, איז דאָס אַדאַנק איר" (כתובות סג, א).

דאָס מיינט, אַז דער גאַנצער בנין פון דער תורה שבעל פה, וואָס דאָס איז דער יסוד און קיום פון אידישן פאָלק, איז אייגנטלעך צו פאַרדאַנקען אַ אידישער פרוי!

וויבאַלד אַז די דאָזיגע געשיכטע, מיט אַלע פרטים, איז דערציילט און פאַראייביגט געוואָרן אין דער גמרא, איז דאָס אַ קלאָרע און דייטלעכע אָנווייזונג פאַר אַלע אידישע פרויען אין אַלע דורות.

די פּראַקטישע אָפּלערנונג דערפון איז, אַז יעדע אידשע פרוי באַקומט פון דעם אויבערשטן אומגעהויער גרויסע כוחות, מיט ווייט-גרייכענדע מעגלעכקייטן, ניט נאָר פאַר זיך און פאַר איר מאַן און קינדער, נאָר אויך פאַר דעם גאַנצן אידישן פאָלק.

פאַררופנדיג זיך אויף דער הויפּט-טעמע פון דער הייאָר'דיגער קאָנווענשאָן: והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם - "דערנעענטערן די הערצער פון עלטערן צו די קינדער, און די הערצער פון קינדער צו זייערע עלטערן", אָדער, ווי עס ווערט איצט באַנוצט דער אויסדרוק, צו שאַפן אַ בריק צווישן דעם יונגען און אַלטן דור - איז קלאָר, און אויך פאַרשטאַנדיג, אַז די פרוי פאַרנעמט אין דעם אַ גאָר וויכטיגען אָרט. בפרט, אַז אין דעם ענין פון קירוב הלבבות, וואָס דאָס איז דאָך אין דעם געביט פון רגש (געפיל), איז די פרוי באַשאָנקען געוואָרן מיט אַ גאָר גרויסע מאָס פון פילבאַרקייט און פאַרשטענדעניש, שוין אָפּגערעדט דערפון וואָס אין דעם חינוך און כאַראַקטער-בילדונג פון די קינדער, פון זייער פריסטער יוגנט אָן, האָט די פרוי און מוטער, די עקרת הבית, אַ גאָר גרויסע און עיקר'דיגע השפעה.

דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז אין גייסט פון דער דערמאָנטער טעמע פון דער קאָנווענשאָן, און דער עיקר דורך די פאַרגרעסערטע פעולות וועלכע וועלן דערפון אַרויסוואַקסן, צוזאַמען מיט די פעולות פון אַלע אידן, מענער און פרויען, יונג און אַלט, זאָלן מיר בקרוב זוכה זיין צו דער פאַרווירקלעכונג פון דער דערמאָנטער נבואה, וועלכע הויבט זיך אָן מיט די ווערטער: זכרו תורת משה עבדי - "געדענקט די תורה פון משה מיין קנעכט" - אין אַן אופן אַז דער זכרון זאָל זיך אויסדריקן אין טאָג-טעגלעכן לעבן און הנהגה בפועל; וואָס דאָס וועט מקרב זיין דעם המשך פון דער נבואה: הנה אנוכי שולח לכם את אליהו הנביא - "אָט באַלד שיק איך אייך אליהו הנביא", דער מבשר (אָנזאָגער) פון דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו; וואָס דאַן וועט דערפילט ווערן דער אויספיר: והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם.

דאַן וועט אויך דערפילט ווערן די נבואה פון דוד המלך, נעים זמירות ישראל: וימלא כבודו את כל הארץ אמן ואמן - "דער כבוד (שכינה) פון דעם אויבערשטן וועט אָנפילן די גאַנצע ערד" - דורכדעם וואָס דער כבוד ה' וועט פריער דורכדרינגען און אָנפילן די הערצער פון אַלע קינדער און אַלע עלטערן, אַלע זין און טעכטער פון פאָלק ישראל.

בברכה להצלחה ברוחניות ובגשמיות ולבשורות טובות בכל האמור,

מנחם שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש חי"ב ע' 232, והושלמה ע"פ צילום האגרת.

והשיב . . אבותם מלאכי ג, כד.

עקרת הבית ראה ב"ר פע"א, ב. זח"א קנד, א. אוה"ת נ"ך ח"ב ע' תתעא, ושם ע' תתנח ואילך.

זכרו . . עבדי שם, כב.

הנה . . הנביא שם, כג.

אליהו הנביא . . מבשר . . גאולה ראה פרש"י עה"פ בחוקותי כו, ב. תיב"ע עה"פ וארא ו, יח. עירובין מג, ב ובפרש"י שם. רמב"ם הל' מלכים פי"ב ה"ב.

נעים זמירות ישראל שמואל-ב כג, א. וראה שהש"ר פ"ד, ד (בתחילתה).

וימלא . . ואמן תהלים עב, יט (פרק תהלים המתאים לשנות כ"ק אדמו"ר).