ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'תשצז

ב"ה, ראש חודש סיון, ה'תשל"ג

ברוקלין, נ.י.

לכבוד מר חיים שי' גראַדע

שלום וברכה!

ס'איז שוין אַ לענגערע צייט ווי איך האָב פון אייך ניט געהערט דירעקט, אָבער איך האָב זיך נאָכגעפרעגט און באַקומען גרוסן וועגן אייך דורך געמיינזאַמע פריינד. דערצו, בשעת מ'וויל האָבן אַ גרוס פון איינעם וואָס איז באַשאָנקען געוואָרן מיט אַ ליטעראַרישן טאַלאַנט, איז דאָך איינער פון די וועגן אַ קוק טאָן וואָס עס איז לעצטנס פאַרעפענטלעכט געוואָרן פון זיין פּען. דאָך קומט עס ניט צו אַ דריעקטן און פּערזענלעכן גרוס.

דעריבער האָט מיר ספּעציעל געפרייט וואָס עס איז אָנגעקומען אַ בריוו פון אייער פרוי אין סעקרעטאַריאַט, וואָס גיט מיר די געלעגנהייט צו שרייבן אייך די שורות און אויך בעטן איבערגעבן אייער פרוי אַ דאַנק פאַרן גרוס און פאַר שאַפן מיר די דאָזיגע געלעגנהייט.

וועל איך אָנהויבן מיט אַ באַמערקונג וועגן אַן אויסדרוק אין אייער פרוי'ס בריוו און רעאַגירן אויף דעם, און מסתם וועט איר עס אויך איבערגעבן אייער פרוי מיט אַ צוגאָב הסברה אויב נויטיג, כאָטש ווי איך פאַרשטיי נויטיגט זי זיך ניט אין דעם. איך פאַררוף זיך אויף דעם וואָס אייער פרוי שרייבט, אַז איר זייט "אַ מאָדערנער איד מיט אַ מתנגדיש-ליטווישער טראַדיציע".

מיין שטעלונג אין דעם איז, אַז דער עצם וואָרט "מתנגד" איז דאָך אַן ענין פון שלילה, אַ נעגאַטיווע באַציאונג צו עפּעס, וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיג, אַז ווען מ'זעט אַז מ'האָט געמאַכט אַ טעות אין חשבון און די זאַך איז גאָר אַ פּאָזיטיווע, פאָדערט זיך ניט אין דעם אַ קאַרדינאַלער שינוי, נאָר עס ווערט ממילא און אָטאָמאַטיש בטל די התנגדות. וואָס עס פאָדערט זיך יאָ איז צו האָבן די שטאַרקייט באַ זיך אַרויסצוזאָגן זיך וועגן דעם עפענטלעך, אַז ניט קוקנדיג אויף דעם וואָס מ'איז אויפגעוואָקסן אין אַ חינוך און סביבה וואו עס האָט געהערשט אַ פאַראורטייל וועגן דער זאַך, איז אָבער אַז מ'דערזעט דעם אמת, אַקצעפּטירט מען עס.

פון אונזער טרעפן זיך באַ חסידישע פאַרברענגענישן און פון דעם וואָס איך האָב געהערט וועגן אייך, און אויך אייער קאָרעספּאָנדענץ, און ליטעראַרישע ווערק, איז באַ מיר קיין ספק ניט, אַז ניט קוקנדיג אויף דער אַזוי-גערופענער מתנגדישער טראַדיציע, איז אָבער די וואַרעמקייט מיט וועלכע אייער שרייבן איז דורכגעדרונגען אין פולסטן איינקלאַנג מיט אַ חסידישן געפיל. איך גלויב, אַז איר פילט דאָס אַליין אויך, און וואָס איז נאָך מער נוגע, אַז אייערע לייענער פילן דאָס אויך, זעענדיג אַז אין אייער באַשרייבונג פון אַ "מתנגד" שמוגלט איר אַריין אין דעם געפילן וועלכע זיינען געשעפּט געוואָרן פון חסידישע קוואַלן.

על דרך זה נעם איך אַ שטעלונג אויך צום אָנפאַנג פון דעם אויבנדערמאָנטן אויסדרוק - "מאָדערנער איד". וואָרום דער באַגריף "מאָדערנער" איד, וואָס איז געשאַפן געוואָרן דורך דער אַזוי גערופענער "השכלה בת השמים" איז דאָך שוין לאַנג אַרויס פון דער מאָדע, און, פאַרקערט, וואָס מער באמת "מאָדערן" אַ איד איז היינט, אַלץ ווייטער איז ער פון יענער מאָדערנישקייט וואָס האָט געשאַפן אַ ריס צווישן יהודי באוהלך און אדם בצאתך און האָט אַזוי ווייט מלחמה געהאַלטן מיט דעם יהודי באוהלך, ביז זי האָט געמאַכט פון דעם יהודי אַ משרת און נאָכשלעפּער צום דעם אדם, לייען "גוי" להבדיל. דער היינטיגער איד איז דוקא אַ שטאָלצער איד און ווערט אַלץ נעענטער צו דער אַלט-נייער תורה, וואָס כאָטש זי איז געגעבן געוואָרן מיט אַרום 3500 יאָר צוריק, איז נאָך ניי און פריש, לויט דעם אויסדרוק פון חכמינו ז"ל בכל יום יהיו בעיניך כחדשים. און דאָס זעט מען בפרט באַ אידן וועלכע זיינען געווען אונטערוואָרפן דעם קאָמוניסטישן רעזשים העכער אַ יובל יאָרן און זיינען געבליבן אידן און אַרויסגעקומען פון דאָרט אידן, וואָס איז ליידער ניט אַזוי מיט די וועלכע האָבן זיך געהאַלטן באַ פאַרשידענע "איזמען".

אַן ענעלכע טענדענץ זעט מען אויך אפילו אין געביט פון דער וויסנשאַפט, וואָס דוקא אין דער מאָדערנער צייט האָט זי גענומען אַ נייע ווענדונג אין דער ריכטונג פון זוכן אַלץ מער אחדות אין דער גאַנצער וועלט, פּונקט פאַרקערט ווי מיט אַ 100 יאָר צוריק, ווען די וויסנשאַפט האָט געהאַלטן, אַז די וועלט איז פאַרטיילט אין פאַרשידענע באַזונדערע געביטן אאַ"וו. דערצו האָט אויך דוקא די מאָדערנע אַרכעאָלאָגיע באַשטעטיגט די ריכטיקייט פון די דערציילונג פון תנ"ך, אַנטקעגן די אַזוי גערופענע משכילים און אָנהענגער פון "אידישער וויסנשאַפט" וואָס איז אַרויסגעוואָקסן פון דייטשלאַנד, דאָס זעלבע לאַנד וואָס האָט אַרויסגעגעבן די דייטשע "קולטור", איינגעשלאָסן היטלער און זיינע יורשים י"ש.

מסתם איז דער בריוו לענגער ווי איר האָט גערעכנט. איך מיין אָבער, אַז אפשר איז ער גאָר צו קורץ בערך צו די ענינים פון זיין אינהאַלט.

איך וועל פאַרענדיגען מיט דעם טראַדיציאָנעלן וואונש פון פיל דורות אין צוזאַמענהאַנג מיט חג השבועות, זמן מתן תורתנו, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה - צו מקבל זיין די תורה בשמחה ובפנימיות, צוזאַמען מיט אייער פרוי תחי', לאורך ימים ושנים טובות.

בכבוד ובברכה.

נ.ב. איך ערלויב מיר צו שרייבן דאָס פאָלגנדע, און עס איז זעלבסטפאַרשטענדלעך פאַרוואָס דאָס קומט אויף אַ באַזונדערע זייטל, און דאָס איז,

וויסנדיג אייער באַציאונג צו ידידנו פּרעז. שז"ר שליט"א, און וויסנדיג אַז איר האָט גענומען אַן אַקטיוון אָנטייל צו מאַכן לייכטער זיין באַזוך באַ מיר, ניט קוקנדיג אויף די וועלכע האָבן דאָס ניט געוועלט צולאָזן,

ערלויב איך מיר צו מאַכן דעם פאָרשלאַג, אַז איר זאָלט פאַרשטאַרקן אייער פאַרבונד מיט ידידנו, ספּעציעל אין די טעג פון טיפער איבערלעבונג פאַר אים מצד דעם שינוי אין זיין אָפיציעלן מצב וכו'. און מסתם וועט איר מעורר זיין אויך אַנדערע, וועלכע שטייען אונטער אייער השפעה, צו טאָן אַזוי.

אַזוי ווי איר זייט נאָענט באַקאַנט מיט זיין מהלך הנפש, וועט איר זיכער געפינען דעם פּאַסנדן וועג אויף דעם, ודברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב ופועלים פעולתם. עס איז זיכער ניט נויטיג מאריך צו זיין אין דעם פאַר אייך.

מצד אָט דער נקודה ווערט דער בריוו געשיקט "ספּעשל דעליווערי".


מר חיים גראַדע אגרות נוספות אליו - לעיל חכ"ז י'תנד, ובהנסמן בהערות שם.

בכל . . כחדשים שו"ע (ואדה"ז) או"ח סי' סא ס"ב, מספרי (הובא בפרש"י) עה"פ ואתחנן ו, ו.

אפיציעלן מצב סיום תפקידו - פרעזידנט. ראה גם לעיל אגרת י'תקצה, ובהנסמן בהערות שם.

ודברים היוצאים מן הלב ראה ס' הישר לר"ת שער יג, הובא בשל"ה שער האותיות אות ל' (סט, א).