ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'תתעג

ב"ה, חמשה עשר באב, ה'תשל"ג

ברוקלין, נ.י.

מר יוסף ק. לאַנדיס שי'

שלום וברכה!

איך דאַנק אייך פאַר דער אויפמערקזאַמקייט צו שיקן מיר דעם זשורנאַל "אידיש" אונטער אייער חשוב'ער רעדאַקציע, וואָס האָט מיר נאַטירלעך אינטערעסירט דורכצוקוקן. איך האָף, אַז איר וועט אויך צושיקן די ווייטערדיקע אויסגאַבן.

מסתם וועט איר ניט נעמען פאַר אומגוט וואָס איך וועל אָנהויבן דעם בריוו מיט אַ באַמערקונג, אַז כאָטש בכלל איז דאָך וויכטיק דער אינהאַלט, ניט אַזוי די "כלי" - אין דעם פאַל, די שפּראַך, אָבער עס איז דאָך זיכער אַז די שפּראַך האָט אַ ספּעציעלע באַדייטונג און ווירקונג. דערפאַר, אויב מצד פאַרשידענע סיבות ווערט דער זשורנאַל אַרויסגעגעבן אויף ענגליש, האָט אָבער געדאַרפט זיין ווייניקסטנס אַ קורצער אינהאַלט פון די אַרטיקלען אין אידיש, ווי עס פירט זיך אין מערערע זשורנאַלן.

אין פאָרזעצונג צו דאָס אויבנגעשריבענע וויל איך אויך אויסדריקן דעם וואונש, אַז דער אינהאַלט פונם זשורנאַל "אידיש" זאָל זיין דורכגעדרונגען מיט דעם גייסט פון אמת'ער אידישקייט, און אמת שליסט דאָך אויס פשרות.

זעלבסטפאַרשטענדלעך איז מיר באַוואוסט די מורא פון געוויסע קרייזן ניט צו זאָגן דעם פולן אמת כדי ניט אָפּצושרעקן, אָדער, ווי זיי דריקן זיך אויס, "ניט צו פאַרטרייבן". אָבער גראַדע אין די לעצטע יאָרן זעט מען, אַז די יוגנט שרעקט זיך ניט פאַרן אמת אויב נאָר זי האָט דעם געפיל, אַז מ'זאָגט זיי די זאַך ווי זי איז און מ'האַלט דערביי מיט אַן אמת. און זיכער, ווי אין פאַל פון יעדן בוך אָדער זשורנאַל, איז מען העכסט פאַראינטערעסירט צוצוציען די יוגנט.

מיט אַכטונג און וואונש צו הערן גוטע בשורות אין דאָס אַלע אויבנגעשריבענע.


נדפסה ב"כפר חב"ד" גליון 1004 ע' 33 ואילך.