ספריית חב"ד ליובאוויטש

תכא

ב"ה, י"ב כסלו, תש"ט

הוו"ח אי"א נו"מ מ"מ באמונה כו' מהור"י שי'

הכהן

שלום וברכה!

אייער בריף פון דעם צווייטן ד.ח. צייטיג ערהלאטן. בייגעלייגט קבלות מיט א הערצליכן דאנק אין נאמען פון מל"ח פאר די טשעקס.

איך וואלט אויך געוואלט אז דער פסקי דינים זאל שוין ארויס פון דרוק, אבער אבי-ווי ווילט זיך ניט. האב איך אנגעהויבן באארבעטן כמה כתבי-יד, כדי אנצואווייזן דעם מאנוסקריפט פון וועלכן מ'האט געדרוקט, וואו עס רעדט זיך וועגן דעם דין אין שאלות ותשובות צמח צדק א.ז.וו. פאדערט עס אסך מי און צייט. אינצווישן קומט נאך צו אנדערע ארבעט - א חוץ די טאג-טעגליכע, כמובן, דערפאר פארציט זיך עס. בכל אופן, אויף וויפל עס היינגט אפ פון מיר, הייל איך זיך, און איך האף אז די עכבה ביז יעצט איז אויך לטובה.

זונטאג האב איך פארענדיקט מיט די זכרונות פון רבי'ן שליט"א (אין ענגליש) - שוין אין דער ארבעט העכער אנדערהאלבן יאר. איך האף עס וועט זיין פארטיק חנוכה.

נעכטן זאגט מיר דער רבי שליט"א ער רעכנט אפדרוקן אויף י"ט כסלו דעם מאמר כל המרחם מיט'ן בריף וואס ער האט אייך געשריבן אנהייבס חשון (זעלבסטפארשטענדליך, ניט אנווייזנדיק צו וועמען עס איז געווען געשריבן). - דאס וועט אויך נעמען א פאר טעג ארבעט בא מיר. און על דרך זה, איז דא מזמן לזמן.

איך פארענדיק מיט ברכות כל טוב ות"ח און מיט דער האפנונג לבשר בשורות טובות.

הרב מנחם שניאורסאהן

יו"ר ועד הפועל

אין א באזונדער פאקעט ארויסגעשיקט אונזער לעצטע אויסגאבע - בוסתנאי (אין ענגליש).

תכא

מהעתק המזכירות.

מהור"י שי': כץ. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ב קעד, ובהנסמן בהערות שם. לקמן תמט.

תנט. תפד. תצג*. תשכ.

ד.ח.: דעם חודש.

בריף... חשון: נדפסה גם באג"ק שלו ח"י אגרת ג'שיד.

יו"ר ועד הפועל: אגרת זו, וכל שאר האגרות שבכרך שלפנינו שחותם בהן "יו"ר ועד הפועל", נכתבו על ניר המכתבים של המל"ח (ראה מבוא לח"א ע' 21).