ספריית חב"ד ליובאוויטש

תמט

ב"ה, טו"ב שבט, תש"ט

הוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה וכו' מהור"י

שי' הכהן

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ט"ו שבט.

א) אין מאמר טעמה כי טוב תש"ט ענדע פון פ"ג וז"ל: ונחלקות לג' מדריגות חב"ד חג"ת נה"י... נחלקות ג"כ לג' מדריגות חח"ן מימין בג"ה משמאל דת"י באמצע שכ"ז הוא בחי' אדם.

דער פירוש דערפון איז די טיילונג פון ספירות וואס זייער ענין איז ווי ער זאגט אין פתח אליהו אנת הוא דאפיקת... עשר ספירין לאנהגא בהון עלמין קען זיין מצד צויי צוגאנגען:

(א) אורך, מלמעלה למטה, איידעלקייט, נאענטקייט צו א"ס ב"ה און ווייטקייט פון עולמות, און דאמאלס איז דער סדר: חכמה בינה דעת חסד א. א. וו. וואס דאס גופא ווערט איינגעטיילט אין דריי גרופן ווי בא א מענשען על דרך משל ראש - חב"ד גוף - חג"ת רגל - נה"י.

(ב) רוחב, מימין לשמאל, גילוי אדער הסתר השפעת השפעה אדער השפעת העדר השפעה און דאמאלט איז דער סדר פון די ספירות חח"ן (חכמה חסד נצח) מימין בג"ה (בינה גבורה הוד) משמאל דת"י (דעת תפארת יסוד) באמצע. - זעט אויך בד קודש פון מיטעלען רבי'ן וועגן דעם סדר.

אבער ביידע סדרים ווערן אנגערופן דער אופן פון אדם למעלה ווייל זיי זיינען מיט חילוקים-טרעפ על פי שכל, דאן קומט דער העכערער אופן פון

ב) כי לא אדם דלשון הכתוב שמואל א' טו, כט כי לא אדם להנחם וואס שמואל האט געענטפערט שאולן.

וואס עס איז דאך ניט פארשטענדיק וואס פאר א נייעס און תירוץ האט שמואל דערציילט שאולן. שאול האט דאך אויך געוואוסט אז לא אדם הוא - כפשוטו. נאר ער האט געבעטען אזוי ווי ער האט תשובה געטאן זאל מען איהם מוחל זיין ווי עס העלפט אלעמאל ביים אויבערשטען און ער זאל בלייבן ביי דער מלוכה איז וואס איז דער תירוץ אז דער אויבערשטער איז ניט אמענש אויף חרטה האבן?

נאר דער מיין אין דעם איז אז שמואל זאגט שאולן, אין דעם פאל האט מען צוטאן ניט מיט דער מדריגה אדם דלמעלה וואס דארט איז דער סדר פון ימין ושמאל און עס היינגט אפ פון מעשה התחתונים אבער דאס וואס דיין מלוכה איז ונתנה לרעך הטוב ממך (זע שמואל דארט פסוק כח) איז דאס געקומען פון דעם אופן וואס איז העכער פון דעם אדם דלמעלה און אין דער מדריגה קען ניט זיין קיין שינויים כי לא אדם (דלמעלה) הוא להנחם.

זע וועגען דעם תורה אור פון היינטיגער סדרה, סוף הביאור, לד"ה זכור את השבת.

ג) איר האט מיר געפרעגט טעלעפאניש פארוואס גיב איך אייך איבער דעם ענטפער פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א אזוי שנעל.

עס זיינען פיר טעמים אין דעם:

(א) דעלך סני לחברך לא תעביד, ווען איך וואלט געפרעגט א זאך וואס איז מיר נוגע און א ממוצע וואלט פארהאלטן דעם ענטפער איבעריגע צייט וואלט איך געווען ניט צופרידען. פסקענען צי עס איז אייך נוגע צי ניט קען איך ניט, אפשר יא. דאס איז אין א פראגע בכלל, ובפרט

(ב) אין א ענין פון א מצוה, אין אהבת ישראל בתוכם, איז בלשון פון אלטען רבין (אגרת הקודש כא) ידוע לכל גודל מעלת הזריזות כו' וזריזות דאברהם אבינו ע"ה היא העומדת לעד לנו ולבננו עד עולם כו' להראות שמחתו וחפצו למלאות רצון קונו ולעשות נחת רוח ליוצרו. דאס איז אין א מצוה בכלל, ובפרט

(ג) אין א ענין של פרנסה ווערט דאך פריער געפאסקענט למעלה פרנסה דערנאך דארף עס נמשך ווערן למטה אין פרנסה גשמית אויפן וועג קען זיין ר"ל קטרוגים אף פארהאלטען עס זאל בלייבען נאר ברוחניות, וואס דאס איז די מעלה פון ברכת כהנים און כהנים וואס בא זיי איז דער סימן פון שקדים אז זיי זיינען ממשיך שנעל (זע לקו"ת ענדע פ' קרח, דרך מצותיך פון צמח צדק מצות ברכת כהנים), דאס האט בכח א רבי.

דארפן אויפן וועג ניט פארהאלטען דעם ענטפער. דאס איז בנוגע א ענטפער של מצוה ופרנסה בכלל, ובפרט

(ד) דער רבי שליט"א איז געווען מיד פון טאג ארבעט ווען איר האט אפגערופן.

אריינגייענדיג האב איך געפרעגט צי זאל איך אפלייגן די שאלה אויף מארגען, אזוי ווי לויט אייערע רייד האט עס צייט, אדער ניט. האט ער געענטפערט איך זאל פרעגן גלייך.

האב איך דערפון גענומען אז איך דארף זיכער ניט אפלייגן.

החותם בברכת שבתא טבא וכט"ס

הרב מנחם שניאורסאהן

תמט

מהעתק המזכירות.

מהור"י שי': כ"ץ. אגרות נוספות אליו - לעיל תכא, ובהנסמן בהערות שם.