ספריית חב"ד ליובאוויטש

תעה

ב"ה, ז' ניסן, תש"ט

מר ברוך ליטווין שי'

שלום וברכה!

אייער בריוו מיט דער אנפראגע ווי אזוי לערנט מען תניא אויף "איינבייסן עס" האב איך ערהאלטן.

איר ערקלערט ניט דייטליכער, וואס איר מיינט מיט דעם ווארט "איינבייסן" - נעם איך אן, אז איר מיינט פשוט פארשטיין, נאר אזוי ווי עס עקזיסטירט א פארשטעלונג, אז חסידות בכלל און תניא בפרט זיינען ספעציעל שווערע און כמעט ווי אונפארשטענדליכע זאכן, רופט איר דעם פארשטיין זיי "איינבייסן".

מוז איך גלייך פון אנהויב באווארענען, אז תניא און חסידות זיינען, ווי אנדערע טיילן פון תורה, צוגענגליך פאר יעדערן וואס וויל נאר באמת לערנען און פארשטיין זיי.

און, פון דער אנדער זייט, פארמאגן זיי אין זיך א טיפקייט וואס אפילו דער גרעסטער חכם אין חסידות קען ניט זאגן אז ער האט שוין "פארנומען" אלץ. וואס אין דרויף זיינען זיי אויך גלייך מיט אנדערע טיילן פון תורה.

די ראי' אויף דעם איז, וואס עס קומען צו אלץ נייע מאמרים און ספרים, וועלכע, אויף גרונד פון תורה כללים, אנטפלעקן זיי נייעס, און באווייזן און ערקלערן אלץ טיפער און ברייטער דאס געזאגטע פון פריער.

דער טעם אויף די צוויי אויבנדערמאנטע אייגנשאפטן פון תורה בכלל און חסידות בפרט: פשטות און אונענדליכע טיפקייט - וואס, לכאורה, זיינען זיי דאך הפכים, איז ווייל זיי זיינען חכמתו של הקב"ה. איז אזוי וועגן דעם אויבערשטן א) ווייסן אנשים פשוטים אויך, ב) אפילו דער גרעסטער חכם עוסק בחכמת האלקות קען אויך עס ניט באגרייפן לתכליתו, אזוי איז אויך מיט דער תורה, ווארום אורייתא וקוב"ה כולא חד.

בנוגע דעם סדר הלימוד פון תניא און חסידות חב"ד - שרייבט איר ניט אין אייער בריוו, וואס איר האט שוין געלערנט אין דעם, אדער איר ווילט ערשט אנהויבן. אויב אלס התחלה - וואלט בא מיר אויסגעקומען, אויף וויפל מ'קען בכלל זאגן אונטער די אויגן, אז דער סדר זאל זיין: שער היחוד והאמונה, אגרת התשובה, תניא חלק ראשון.

דעם ערשטן מאל לערנען דאס ניט אפשטעלנדיק זיך אויף איינצלנע ווערטער - טערמינען, אויב זיי זיינען אפילו ניט אינגאנצן קלאר, אויב נאר מען פארשטייט דעם כללות הענין פון פרק. - צום פארשטיין דעם כללות הפרק פון תניא חלק א' העלפן אסך מיט די קצורי הפרקים פון צמח צדק (געדרוקט דורך "קהת"). נאכ'ן אפלערנען אזוי דעם ערשטן מאל, און אויב איר לערנט נאך פון צייט צו צייט די מאמרים פון ספר המאמרים, רעכן איך, אז איר וועט זיכער שוין קענען לערנען דעם תניא גרינדליכער און אפשטעלנדיק זיך מער בפרטיות אויף די עניני הפרקים.

זעלבסטפארשטענדליך, אז אויב איר האט שאלות אין דע[ם] אויבנדערמאנטן אדער אין לימוד החסידות בכלל, און איר רעכנט אז איך קען העלפן אין דעם, ביטע שרייבט מיר בפרטיות און אין וועלכן לשון אייך איז לייכטער זיך אויסדריקן, און איך וועל ענטפערן וואס איך ווייס אין דעם. - איך וויל נאר, לכתחילה, אפרעדן, אז אויב מיין ענטפער וועט זיך פארהאלטן איבער מיין ארבעט פון "מרכז לעניני חנוך" וכיו"ב, זאל קיין פאראיבל ניט זיין דערפאר.

איך האף צו הערן פון אייך בשורות טובות וועגן אייער פארטשריט אין לערנען תניא וחסידות און איך פארענדיק מיט ברכות לחג הפסח כשר ושמח

הרב מנחם שניאורסאהן

יושב ראש ועד הפועל

תעה

מהעתק המזכירות.

ברוך ליטווין: אגרות נוספות אליו - לקמן תפו. תקטו. תקלה. תרמג. תרסט.