ספריית חב"ד ליובאוויטש

תפו

ב"ה, ב' סיון, תש"ט

מר ברוך ליטווין שי'

שלום וברכה!

אייער בריוו האב איך צייטיג ערהאלטען. האב ליידער ביז יעצט ניט געהאט קיין מעגליכקייט צו ענטפערען אייך, איבער דער טרדא פון צוגרייטען צום דרוק פון אייניגע זאכען. צווישען זיי אויך די שיחה פון ל"ג בעומר, קונטרס צו שבועות און קאמפליט סטארי אוו שבועות (דאס אלעס האב איך געהייסען אייך ארויסשיקען. סטארי שבועות איז דא בייגעלייגט).

איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריוו, וועגען דעם שטארקען און גוטען איינדרוק וואס די באשרייבונג - אין די זכרונות - פון בנימין וואלף און די אנדערע נסתרים האבען געמאכט אויף די אידען פון אייער שול.

איר האט זיי געדארפט אויפמערקזאם מאכען ספעציעל, אויף צוויי לעסאנס וואס יעדערער פון אונז און זיי דארף אפלערנען פון די סיפורים:

א) בנוגע צו יענעם: מיט יעדען אידען וואס מען טרעפט זיך, דארפען אלעמאל געדיינקען, אז אויב אפילו עס ווייזט זיך אויס אז ער איז גאר א פשוטער, און אפשר נאך ערגער פון דעם: ניט ערלעך, א.א.וו. - קען מען ניט זיין זיכער וואס ער איז באמת ובפנימיות. ווארום נסתרים זיינען בא אידען אלעמאל געווען און אויך איצט דא, און א סך א סך מעהר ווי למד ואו, ובמילא דארף מען מלמד זכות זיין אויף עם, זיין נזהר בכבודו, משתדל זיין זיך אויף טאן א חובה עם אין אלעס וואס מעגליך, א.א.וו.

ב) בנוגע צו זיך: יעדערער פון אונז האט אין זיך כוחות נסתרים, וואס אויב נאר ער וועט שטארק וועלען און טאן אין דעם, וועט עם דער אויבערשטער העלפען דערגרייכען די גרעסטע הויכען, ווארום א איד, ווען ער פארבינדט זיך, דורך תורה ומצוות, מיט דעם אויבערשטען וועלכער איז בלי הגבלה, אן קיין שום באגרעניצונג, האט דער איד בכוח דורכברעכען אלע גבולים, לימיט'ס. און דארום זאגען חז"ל: חייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשה אבותי אברהם יצחק ויעקב.

ווי גייט בא אייך דער לערנען? מיט זיך און מיט יענעם? זיכער האט איר א קביעות לימוד ברבים?

איך פארענדיק מיט וואונשען צו חג השבועות הבע"ל, אז מיר אלע זאלען מקבל זיין די תורה בשמחה און בפנימיות, און זי זאל זיין בא אונז א תורת חיים, ניט א תורה וואס מען גיט איר אפ כבוד און מען האלט איר אבער אפגעשלאסען כדי זי זאל זיך ניט מישען אין טאג טעגליכען לעבען, נאר דוקא א תורה וואס פירט אן מיט אונזער און אלעמענס חיים.

בברכת יום-טוב שמח

הרב מנחם שניאורסאהן

תפו

מהעתק המזכירות.

ברוך ליטווין: אגרות נוספות אליו - לעיל תעה, ובהנסמן בהערות שם.