ספריית חב"ד ליובאוויטש

תצג

ב"ה, ט' סיון, תש"ט

הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מהר"י שי' ראבינסאן

שלום וברכה!

לויט אונזער טעלעפאנישן געשפרעך נעכטען, האבן מיר אויף אייער בקשה היינט פארלויפיק געסטאפט דעם טשעק.

אזוי ווי מיר האבן דעם פרינטער נאך פאר שבועות צוגעזאגט צו געבן געלט, פירן מיר מיט אים אונטערהאנדלונגען ער זאל צו ווארטן, אויפ'ן סמך פון אייער צוזאג אז במשך פון 10 טעג וועל איך האבן פון אייך א בשורה טובה. איך בין זיכער אז איר וועט מיט דעם אויבערשטנס הילף האלטן אייער צוזאג, כדי די ארבעט זאל חלילה ניט דארפן אפגעשטעלט ווערן אין מיטן.

ס'איז איבעריק צו דערמאנען דעם מאמר חז"ל (תענית ט, א) - עשר תעשר, עשר בשביל שתתעשר. דאס הייסט, אז ווען א איד גיט צדקה איז דאס א מקור אויף און א כלי צו פרנסה. דאס זעט איר דאך בפירוש, בפרט די לעצטע צייט, אז כ"ק מו"ח דער רבי שליט"א שאפט אייך צו ענינים פון פרנסה, און ניט בלויז דאס, נאר אויך די גוטע כלי מיט וואס דאס צוצונעמען, וואס דאס איז די זאך פון צדקה, לויט'ן אויבנדערמאנטן מאמר רז"ל. במילא איז מיר א גרויסער וואונדער וואס איר ציט אפ די גוטע זאך. און אזוי ווי איר זייט א סוחר און פארשטייט א גוטן עסק, דארף איך ניט מאריך זיין.

איך האף אז איר און אלע אייערע יחיו געפינען זיך אין בעסטן געזונד, און דער אויבערשטער זאל געבן איר זאלט זוכה זיין, אז די ברכות פון רבי'ן שליט"א זאלן מקויים ווערן. מיט גרוס וברכת כט"ס

הרב מנחם שניאורסאהן

יושב ראש ועד הפועל

תצג

מהעתק המזכירות.

לתוכנה ראה לעיל אגרת תפד, לקמן אגרת שלאח"ז.