ספריית חב"ד ליובאוויטש

תצג*

ב"ה, ט' סיון, תש"ט

הוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה וכו' מהר"י

הכהן שי'

שלום וברכה!

בייליגענד מיין בריוו צו ידידנו הוו"ח וכו' מהר"י שי' ראבינסאן.

דעם פרינטער מוז איך געבן געלט ניט שפעטער ווי די נאך שבת'דיקע וואך, אויב ער זאל חלילה ניט אפשטעלן די ארבעט אויפ'ן "שדי חמד". בין איך זיכער, אז איר וועט בעזהש"י טאן אלעס כדי אז דער טשעק זאל קענען איינקאסירט ווערן דא ניט שפעטער ווי די נאך שבת'דיקע וואך.

אין מיין בריוו צו ידידנו מר ראבינסאן שי' האב איך ניט געוועלט מאריך זיין מיט דעם מאמר חז"ל עשר תעשר, אבער איך האף אז איר וועט בא א געלעגנהייט אפלערנען מיט עם דעם מאמר והריקותי לכם ברכה אין דעם אידישן ספר המאמרים, דף 94, דאס זאל האבן א פעולה בפועל.

מיט גרוס וברכת כל טוב

הרב מנחם שניאורסאהן

יושב ראש ועד הפועל

בריוו בייגעלייגט.

תצג*

מהעתק המזכירות.

לתוכנה ראה לעיל אגרות תפד. תצג.

מהר"י: כ"ץ. אגרות נוספות אליו - לעיל תכא, ובהנסמן בהערות שם.

שדי חמד: ראה לעיל אגרת תנו, ובהנסמן בהערות שם.