ספריית חב"ד ליובאוויטש

תקטו

ב"ה, י"ג מנחם אב, תש"ט

מר ברוך ליטוין שי'

שלום וברכה!

אייער בריף פון נאך שבועות האב איך ערהאלטן. און ווי אפגערעדט אין סוף פון מיין ערשטן בריף צו אייך, דארפט איר ניט פאראיבל האבן, וואס איבער דער ארבעט אין "מרכז לעניני חנוך" און "מחנה ישראל" האט זיך פארהאלטן מיין ענטפער.

מיך וואונדערט, וואס איר דערמאנט גארניט אין אייער בריף וועגן אייער פארטשריט אין לערנען פאר זיך און אויך ברבים. מסתם וועט איר שרייבן וועגן דעם צום נעכסטן מאל. און דער עיקר - עס זאל זיין גוטע נייעס אין דעם צו אנשרייבן.

איר שרייבט אז אזוי ווי די לאגע פון אידישקייט אין אייער שטאט און אין די ארומיקע שטעט איז ניט קיין גוטע זייט איר... אריינגעפאלן אין עצבות!

רעכנט איר אז דאס איז אן עצה און מיטל צו פארריכטן די לאגע?

זיכער ווייסט איר, אז דער אלטער רבי שרייבט אין תניא - פרק כ"ו - אז, פארקערט, דורך עצבות ווערט מען נאך אפגעשוואכט אין דער מלחמה וואס יעדער איד דארף פירן מיט זיין אייגענעם יצר הרע, און בכלל מיט דעם רע וואס אין דער וועלט.

און אויב ער זאט, אז דער שונא שטארקט זיך חס ושלום, דארף ער פון זיין זייט ווערען נאכמער ענערגישער און זוכן נאך וועגן און עצות ווי עם צו מנצח זיין, און געדיינקענדיק דעם אויבערשטנ'ס הבטחה, אז את רוח הטומאה אעביר מן הארץ, און וראו כל בשר יחדיו כי פי ד' דבר - דאס אליין דארף געבן מוט און שטארקייט, יעדערן פון אונז, אויף אנצופירען די מלחמה, זיין מלחמה, אויף דעם טייל פראנט וואו ער געפינט זיך, און וויסן אז יעדער פעולה טובה זיינע גייט ניט פארלארן, און אויב אפילו ער זעט עס ניט מיט זיינע פליישיגע אויגן, איז מיט יעדע מחשבה דבור או מעשה טוב מאכט ער ליכטיקער די ארומיקע פינסטערניש און איז מקרב די גאולה האמתית.

די "דריי וואכן" און די "נייען טעג" וואס זיינען ערשט פארביי, וואס זיי, לכאורה, בריינגען עצבות, ענטהאלטן אין זיך אויך אן אנדייטונג פון האפנונג און נחמה. אונזערע נביאים האבן אונז אויך צוגעזאגט, אז די טרויעריקע צייט פון שבעה עשר בתמוז ביז תשעה באב וועט פארוואנדלט ווערן אין א צייט פון שמחה ווען משיח צדקנו וועט קומען במהרה בימינו אמן.

אין די אמאליקע צייטן, ווען דער בית המקדש איז געשטאנען על מכונו, איז דער גשמיות'דיקער בנין פון האלץ און שטיין געווען אויך דער סימבאל פון דעם רוחניות 'דיקן בית המקדש פון און אין אידישן פאלק. דער גשמיות'דיקער בית המקדש האט געקענט האבן א קיום בלויז אזוי לאנג ווי דער רוחניות'דיקער בית המקדש האט עקזיסטירט.

ווען דער ערשטער בית המקדש איז חרוב געווארן - דער גייסטיקער דורכ'ן אידישן פאלק אליין, און דער פיזישער באלד נאכדעם דורך נבוכדנאצר מלך בבל - האט אונזער פאלק אין גלות בבל געהאט א דאפלטע אויפגאבע: ערשטנס, צוריק-אויפשטעלן דעם רוחניות'דיקן בית המקדש, און דאן דעם גשמיות'דיקן בנין, דעם בית שני. דער צווייטער בית המקדש האט זיך אויך געהאלטן אזוי לאנג ווי די רוחניות'דיקע טייל דערפון האט זיך געהאלטן, און מיטן חורבן פון דער גייסטיקער טייל איז אויך דער קערפערליכער טייל פון בית המקדש אומפארמיידליך חרוב געווארן.

אבער בנוגע דעם דריטן בית המקדש, האט אונז השי"ת אנגעזאגט, אז אונזער אויפגאבע איז הויפטזעכליך - און לויט פיל מיינונגען, אויסשליסליך - צו צוריק-אויפבויען דעם רוחניות'דיקן טייל אליין. דער אויבערשטער אליין וועט באזארגן די קערפערליכע טייל. לויט דער מיינונג פון רש"י תוספות א. א., וועט דער דריטער בית המקדש זיין בידי שמים.

דערפאר אבער מוז דער רוחניות'דיקער בית המקדש געבויט ווערן דורך אונזערע אנשטריינגונגען, דורך תשובה, תורה ומצוות. יעדער גייסטיקער "ציגל" וואס יעדער איד שאפט, קען שוין קיינמאל ניט צושטערט ווערן, און דער פראצעס פון לייגן די דאזיקע גייסטיקע "ציגל" האט זיך אנגעהויבן אין דעם זעלבען מאמענט ווען די לעצטע טייל פון בית המקדש שני איז געשטאנען אין פלאמען. אט דאס איז איינע פון די טיפערע באדייטונגען פון מדרש-סיפור (איכה-רבה) אז אין דעם מאמענט פון חורבן בית-המקדש איז געבארן געווארן משיח.

די הויפט טיילן פון בנין פון גייסטיקן בית המקדש וואס די אידן דארפון בויען אין דעם לאנגען פינסטערן גלות איז שוין אויפגעשטעלט געווארן דורך די פריערדיקע דורות פון די גייסטיקע ריזן פון אונזער פאלק. אונז איז געבליבן בלויז צו פארענדיקן א קלענערן טייל. אבער אונזער חלק מוז זיין דורכגעדרונגען מיט דער זעלבער קדושה פון די פריערדיקע דורות.

דער "בכן" דערפון איז, אז מיר זאלן זיין דרוכגעדרונגען מיט דעם געדאנק, דאס יעדע פעולה טובה על פי תורה וואס מיר טוען אין אונזער טאג-טעגליכן לעבן, ווי גרויס אדער קליין אט די פעולה זאל זיך אויסדוכטן אין אונזערע פליישיקע אויגן, לייגן מיר דערמיט איינע פון די לעצטע "ציגל" אין דעם אייביקן בית המקדש פאר אונזער פאלק און פאר דער וועלט בכלל, און דורך דעם פירן מיר דורך אונזער חלק אין דעם גייסטיקן בית המקדש און אין גשמיות'דיקן בית המקדש וואס וועט אויפגעשטעלט ווערן באלד דערנאך, במהרה בימינו.

השי"ת זאל געבן מיר זאלן אלע זוכה זיין צו בנין בית המקדש אויך הגשמי במהרה בימינו אמן.

באיחולי כט"ס

הרב מנחם שניאורסאהן

תקטו

מהעתק המזכירות.

ברוך ליטוין: אגרות נוספות אליו - לעיל תעה, ובהנסמן בהערות שם.