ספריית חב"ד ליובאוויטש

תקפג

ב"ה, י"ב ניסן, תש"י

הוו"ח אי"א נו"מ וכו' תלמידי ישיבת אחי

תמימים

דפיטסבורג שי' והמורים שי'

שלום וברכה!

אייער נדבה על מעות חטים נתקבלה, ומוסג"פ קבלה.

בייליגענד דער קונטרס חג הפסח, וואס איז יעצט ארויס פון דרוק. זיכער וועט איר דערמיט אויך מזכה זיין אנדערע.

בא יעדער געלגענהייט, ובפרט שבת און יום-טוב, ווען יעדערער איז רוחניות'דיקער ווי א גאנצע וואך, פאראייניגען מיר זיך אלע - די וועלכע האבן געהאט דעם זכות צו זיין זיינע תלמידים אדער מקושרים - מיט הארות ובחי' רוחו העצמיות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, ווי מרומז אין אגרת הקודש פון אלטען רבי'ן סימן כ"ז וביאורו.

כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, וועלכער האט מקדיש געווען זיין לעבן לטובת הכלל והפרט, ולטובת המקושרים אליו בפרטי פרטיות, איז זיכער ממשיך אויך יעצט זיינע השפעות.

אבער די השפעות זיינען יעצט אנדערש, במידה ידועה, ווי פריער, ווארום יעצט איז דאך די נשמה פריי פון די הגבלות און צמצומים פון גוף און האט אן עלי' בעילוי אחר עילוי (וואס דאס איז די באדייטונג פון דעם ווארט "הסתלקות"), במילא זיינען די השפעות - סיי די גשמיות'דיקע און סיי די רוחניות'דיקע - אויך אין א העכערן און געהויבענערען אופן.

בדרך ממילא פאדערט דאס ארויס, אז אויך דער מקבל מוז זיך צופאסן צו די העכערע השפעות דורך אויפהויבן זיך.

כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האט אונז זיין גאנץ לעבן געלערנט ווי צו שטייגען, און ניט נאר במחשבה נאר אויך בפועל, און אויך יעצט זיינען שפתיו מדובבות גם בעולם הזה דורך זיינע צאלרייכע תורות, מאמרים, שיחות, מכתבים. און דורך ממלא זיין זיין חפץ ורצון בפועל, שאפן מיר די כלים צו מקבל זיין די הויכע השפעות וואס ער וויל אונז משפיע זיין.

די צייט פון פסח ויציאת מצרים, מצרים וגבולים, וואס יעדער פון אונז מוז ארויס פון די הגבלות אפילו פון זיין מצרים דקדושה, וכל שכן פון די הגבלות פון זיין שכל אנושי ונפש הבהמית, איז באזונדערס מסוגל צו שטייגן ברוחניות - (מ'דארף נאר זיך אויסהיטן פון דעם קלוגינקענ'ס אפנארעריי) -, ובמילא זיינען זיי אויך מסוגל צו מקבל זיין די השפעות עליונות בגשמיות וברוחניות. און א וועג אויף דעם איז געבען ניט נאר מעות חטים נצרכים ערב פסח - נאר העלפן נצרכים ועניים בתורה ומצות א גאנץ יאר.

בברכת חג כשר ושמח והצלחה רבה בלימודם ובעבודתם בקודש

מ. שניאורסאהן

תקפג

נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 2, והושלמה ע"פ צילום האגרת.

האגרת (מלבד שורה ראשונה ואחרונה) נשלחה לכו"כ.