ספריית חב"ד ליובאוויטש

תרפב

ב"ה, י"ח מנחם אב, השי"ת

הוו"ח אי"א מו"ה... שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריוו פון י"ב מנחם אב.

איך האף להשי"ת אז אייער געזונט וועט ווערן בעסער.

וואס איר שרייבט אז ליידער איז אייך שווער אנצוהאלטן שיעורים צוליב יסורים פון געזונט, איז דאס פונקט ווי איינער וואלט געזאגט, אז ער קען ניט נעמען די רפואה (מעדיצין) ווייל ער איז נאך ניט געזונט. ווארום שיעורים אין דער תורה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ זיינען א כלי אויף ממשיך צו זיין זיינע ברכות לבריאות הנכונה ולפרנסה.

במילא אויב מ'קלאגט זיך אויף פרנסה און געזונט. איז דער מיטל דערצו צו פארשטארקען די שיעורים, און דורכדעם וועט פרנסה און געזונט זיין ווי עס דארף צו זיין.

ויהי רצון אז איר זאלט קענען לערנען אן בילבולים פון געזונט און פרנסה, וכמרז"ל כל המקיים את התורה מעוני סופו לקיימה מעושר.

החותם בברכה

מנחם שניאורסאהן

תרפב

מהעתק המזכירות.