ספריית חב"ד ליובאוויטש

תשטז

ב"ה, י"א אלול, השי"ת

התמים הוו"ח אי"א וכו' מו"ה... שי'

שלום וברכה!

הצטערתי לשמוע אשר אינו בקו הבריאות כ"כ, ויש אומרים אשר מזמן לזמן איז ער בא זיך אראפגעפאלן. והי' לי לפלא גדול על זה, כי ידוע, ומתבאר בכמה מקומות בתורת החסידות, אשר א חסיד דארף פילן דעם אמת - (וואס באמת איז דאס אזוי בכל הנבראים; דער ונפלינו פון חסידים און בפרט תמימים איז דאס וואס זיי דארפן דאס פילן אויך און ניט נאר פארשטיין בשכל). -

און דאס איז די צוויי הפכים וואס איז דא בא יעדן נברא, אז מצד אחד - מצד עצמו - איז ער לא ממש, אבער מצד שני - מצד דרויף וואס ער איז א ברי' פון מהות און עצמות א"ס ב"ה, וואס דאס איז זיין גאנצער מהות - איז דער נברא אויך א כל יכול.

אויב א סתם אידן און חסידים איז דאס שווער צו פילן, דארף דאס אבער זיין מיט פשטות הגמורה בא תמימים מקושרים צו זייער נשיא הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ.

ווארום יעדערער פון זיי דארף דאך וויסן און פילן, אז צדיקא דאתפטר אשתכח בכולא עלמין - און ווי דער אלטער רבי איז מוסיף: גם בעולם הזה המעשה - יתיר מבחיוהי, ווארום ס'איז דאך אראפ הגבלות פון מקום. במילא דארף יעדערער פילן אז דער רבי געפינט זיך צוזאמען מיט עם.

וואס איז שייך אריינטראכטן זיך אין זיין מעמד ומצב, אויף דרויף זיינען פאראן זמנים מיוחדים ווען מ'דארף עס טאן, אבער די איבעריקע צייט איז גלייכער צו טראכטן וועגן רבי'ן, ווי אזוי ער איז תמיד מיט זיינע מקושרים און ווי ער פירט זיי על כל צעד ושעל.

און דער געדאנק אליין, אפילו אן התבוננות מיוחדת, דארף פועלן חיזוק בכל כוחות הנפש אויף אויסצוניצן זיי מתאים לפי רצון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ.

און טאמער פאלן אריין עפעס זייטיקע מחשבות היפך מהנ"ל, דארף מען וויסן אז ס'איז עצת היצר, וואס זוכט פארשידענע וועגן מבלבל צו זיין פון תורה ועבודה.

היוצא מזה, שצריך להיות חזק בבטחונו בברכות צדיק הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ אשר הוא עומד עליו ומנהלו בדרך הישרה, ובלבד שלא יהי' נופל ברוחו, ויאמר בכל יום קאפיטל ע"א מתהלים, והעיקר, אז עס זאל זיין במוחלט אפגעלייגט, אז דער רבי איז מיט עם, און ער קאן זיך אויף עם פארלאזן אז אלץ וועט זיין גוט, ווארום עצמות ומהות א"ס ב"ה איז דאך דער תכלית הטוב, און דער רבי איז דער ממוצע המחבר מיט עצמות ומהות א"ס ב"ה, און פירט דורך דעם רצון אז עס זאל זיין הכל טוב, וסוף סוף שיהי' בטוב הנראה והנגלה...

בברכת כתיבה וחתימה טובה, המחכה לבשורות טובות

מנחם שניאורסאהן

תשטז

נדפסה בלקו"ש חי"א ע' 211, והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

קאפיטל ע"א: ראה לעיל אגרת תרמד, ובהנסמן בהערות שם.