ספריית חב"ד ליובאוויטש

תשיט

ב"ה, י"א אלול, השי"ת

שלום וברכה!

מה ששואל במה שנותנים לי פדיונות להקרא על ציון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, הנה א) שאלה זו צריך לשאול אצל הנותנים ולא אצלי. ב) קרה זה גם בחיי כ"ק מו"ח בעלמא דין, שהיו מוסרים על ידי פדיונות אליו. ג) במה שמקשה שעי"ז הנני פוטר את הנותן מהרהורי תשובה ומשפיכת דמעות, הנה לא עלה זה בדעתי, ולפעמים הנני מפרש זה בביאור להנותן. ולפעמים הנני מקשר זה הקריאה עם הבטחת הנותן לאיזה ענין של תורה ומצוה מצד הנותן. ות"ל אשר כבר ראיתי פירות בפועל מכמה וכמה שקיימו ומקיימים הבטחתם.

... בכל מכתביו שכותב לא ראיתי שמזכיר במה שמתעסק בהשפעה על אחרים לקרבם לתורת הדא"ח ולהתקשרות עם נשיאנו הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ. משל למה הדבר דומה למלך שהטיל על שכם אחד מעבדיו תפקיד מיוחד, והלז מתעסק בתפקיד אחר, אשר מפני זה בטח ממעט מזמנו ומשימת לבו למילוי התפקיד שהטיל עליו המלך.

כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע אמר שהתמימים הם נרות להאיר, ז. א. אשר תפקידם המיוחד שהטיל עליהם רבם (שגם על פי נגלה כל המלמד את בן חברו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו, ובפרט בחסיד ורבי שהוא לא כאילו ב"כ" הדמיון, אלא ילדו ממש, והרבי אמר שילידיו צריך להיות נר להאיר). אפן פשוטן לשון גערעדט, אז אין דעם ארט וואו ער געפינט זיך דארף ער זען, אז עס זאל ווערן ליכטיק, כי זהו כל מהות ותפקיד נשמתו שבשבילו ירדה מאיגרא רמה לבירא עמיקא...

אין... געפינען זיך טויזנטער אידן וואס ווייסן ניט וועגן חסידות אדער וועגן דעם רבי'ן, און די וואס ווייסן, ווייסן אויך ניט ווי מ'דארף וויסן. און א איד פון די עלטערע תמימים וואס האט כמה וכמה סיפורים בקבלה און ענינים אין חסידות געפינט זיך אין זייערע ד' אמות און טראכט זיך מה לי ולהם. אי, דער רבי נ"ע האט געזאגט, אז ער דארף זיין א נר להאיר, וועט ער דאס אפלייגן אויף אן אנדער מאל.

יעצט איז דאך חודש אלול, און אזוי ווי בכל השנה האב איך ניט ליב צו פרעגן קשיות, על אחת כמה וכמה וויל איך ניט מאריך זיין יעצט אין חודש אלול.

אף על פי כן, וואלט איך מציע געווען, אחר בקשת סליחתו, איר זאלט מאכן פאר זיך א קביעות בכל יום בתורת כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, און א קביעות איזה פעמים בשבוע צו לערנען מיט אנדערע בזה, און זאלט זוכן וועגן בהשתדלות הראוי' אף מקרב זיין אידן לתורה ולמצוות בכלל און צו תורת החסידות דכ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ בפרט. און אויב איר וועט זיך דערמיט מתעסק זיין, רעכן אי[ך] אז דער רבי וועט אייך העלפן, אז איר וועט... מצליח זיין אויסצופירן דעם רבינ'ס הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ רצון.

בברכת כתיבה וחתימה טובה

מנחם שניאורסאהן

תשיט

מהעתק המזכירות.

נרות להאיר: ראה לעיל אגרת תמה, ובהנסמן בהערות שם.