ספריית חב"ד ליובאוויטש

תשכ

ב"ה, י"א אלול, השי"ת

הוו"ח אי"א מו"מ באמונה וכו' מהר"י הכהן

שי'

שלום וברכה!

במענה על מכתבו מר"ח אלול, עם המוסגר בו, מצורף בזה קבלה על הטשעק להדפסת הקונטרס לר"ה הבע"ל. ומצוה גוררת מצוה אשר ילך הלוך וגדול במעשה הצדקה, כפי כוחותיו עתה און נאך מער.

ווארום ביים אויבערשטן איז דאך דא צוויי וועגן: איין דרך איז, אז פריער גיט ער געלט און זעט וויפל מען שיידט אפ דערפון אויף צדקה, לפי ערך, און א צווייטער וועג איז, אז מ'גיט אויף צדקה מער ווי מ'קען און דער אויבערשטער בלייבט ניט א בעל חוב, און גיט דערנאך אויך אפ, אויסגערעכענטערהייט כמה חלקים אויב מ'האט געגעבן מעשר, אדער מיט א בזבוז כמה חלקים אויב מ'האט געגעבן חומש. במילא קומט אויס אז פאר יעדן דאלער וואס מ'גיט מער, ווי עס ווייזט זיך אויס, מער ווי לויט די כוחות נאך, גיט דער אויבערשטער א חוץ דעם דאלער נאך כמה וכידוע בכמה ספרים.

דערפאר ליי[נ]ענדיק אין אייער בריוו, אז איר ווילט ניט פארשפעטיקן די געלעגנהייט צו געבן א ביסל צדקה, ובפרט בחודש אלול, און זעענדיק דעם סכום פון אייער טשעק, איז מיר א וואונדער וואס איר האט רחמנות אויפן אויבערשטן, און וואס ארט אייך אז אייער טשעק וואלט געווען אזוי, אז דער אויבערשטער וואלט אייך געגעבן הכנסה און פרנסה שלא בערך מער ווי איר האט זיך אליין אפגעשאצט מיט דער צדקה פון דעם טשעק?

איך האף אז איר וועט אויף מיר ניט פאראיבל האבן, און וועט אויך געדיינקען, אז דער רבי האט אלעמאל געוועלט אייך מאכן פאר א גביר, וואס איינער פון די וועגן איז עשר תעשר - געבן צדקה ווי דער רבי האט געוואלט, און אז מ'דינגט זיך ניט, דינגט זיך דער אויבערשטער אויך ניט, כפי שמבואר באגה"ק סימן י"ג, אז אפילו דער וואס איז מבזבז חומש איז דאס פון בחינת הצמצום והגבול בעבודת ה', אבער דער וואס איז פון מידת החסד וההתפשטות בעבודת הוי' (וואס בפרט האט דאס א שייכות צו כהנים, ווארום כהן איז דאך איש החסד) ואין מעצור לרוח נדבתו בין בצדקה ובין בת"ת וכו', איז דאן מסיים דער אלטער רבי, אז דער אויבערשטער פירט זיך מיט עם אויך במידת חסדו הגדול ובלי גבול ותכלית.

מיר וואלט געפרייט צו הערן בשורות טובות מהנעשה במחנו בכלל, און אויך וואס עס טוט זיך בא אייערע ברידער שי'. איך האף צו הערן פון אייך אז אין אייערע ביזנעס מערקט זיך א באלעבונג. עס אינטערעסירט מיר אויך צו וויסן וואס עס טוט זיך בנוגע צו אייער קייס און די הצעה וועגן א בנין.

בברכת כתיבה וחתימה טובה, המחכה לבשורות טובות

מנחם שניאורסאהן

תשכ

מהעתק המזכירות.

מהר"י הכהן שי': כ"ץ. אגרות נוספות אליו - לעיל תכא, ובהנסמן בהערות שם.