ספריית חב"ד ליובאוויטש

תשנ

ב"ה, ח"י אלול, השי"ת

אל אחינו ואחיותינו, בני ובנות ישראל,

די בכל אתר ואתר,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

שטייענדיק אויפן שוועל פון דעם נייען יאר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, דערוועקט זיך יעדער איינער פון אונז צו מאכן א חשבון הנפש פון אלעס וואס האט מיט עם פאסירט אין דעם פארגאנגענעם יאר. יעדער איינער נעמט אן דעם באשלוס, אז דער נייער יאר זאל זיין בעסער און העכער אין אלע הינזיכטן, און ער ווענדט זיך מיט א תפלה צו אונזער פאטער אין הימל צו געבן עם א כתיבה וחתימה טובה, א גוטן און זיסן יאר בגשמיות וברוחניות.

אונזערע חכמים זכרונם לברכה זאגן, אז דורך געבן צדקה ווערט די תפלה אנגענומען און זי פועלט, אז ג-ט זאל אונז געבן געזונט, פרנסה, און גליק.

אזוי ווי דער מענטש באשטייט פון א גוף און א נשמה, במילא איז ווען מיר ריידן פון ארימקייט, איז דאס סיי אין קערפערליכן זין - די באדערפענישן וואס זיינען שייך צום גוף, און סיי אין א גייסטיקן זין - די באדערפענישן וואס זיינען שייך צו דער נשמה.

אזוי אויך אין צדקה, איז פאראן צדקה פארן גוף און צדקה פאר דער נשמה. זאגן אונזערע חכמים (תדבא"ר פכ"ז) כי תראה ערום וכסיתו, ווען דו זעסט א נאקעטן, זאלסטו עם באקליידן - וואס מיינט דער נביא דערמיט? ער מיינט, אז ווען דו זעסט א מענטשן אן תורה, זאלסטו עם לערנען קריאת-שמע און תפלה, און דערמוטיקן צו טאן מצות, לערנען תורה, אא"וו.

אין די טעג פון חשבון הנפש, דארף זיך יעדער איינער, מאן אדער פרוי, אפגעבן א חשבון, וויפל צדקה ער האט געגעבן פאר די מאטעריעלע נויט באדערפיקע און וויפל צדקה ער האט געגעבן פאר די גייסטיקע נויט באדערפיקע, א חשבון אויך צי דאס איז גענוגענד לויט דעם גרויס פון זיין פארמעגן, גייסטיקן און מאטעריעלן. און איצט איז נאך א צייט צו פאריכטן וואס מען האט פארפעלט.

און פונקט אזוי ווי אפילו אן ארימאן קען און מוז העלפן זיין ארימען חבר מיט וואס ער האט, אזוי קען און מוז יעדער איד, אפילו אויב ארעם גייסטיק, העלפן א צווייטן גייסטיקן ארימאן מיט וואס ער באזיצט אין גייסטיקן זין, אויסאיבן א גוטע השפעה אויף די ארומיקע צו מקרב זיין זיי צו תורה און מצות.

און די וועלכע זיינען רייך מאטעריעליש, ווי אויך די וועלכע האבן גייסטיקע אוצרות - די בעלי תורה, בני הישיבה, אד"ג - מוזן געבן מיט א ברייטער האנט פון זייער געלט און זייערע גייסטיקע אוצרות, צו ראטעווען, היילן, און שטארקן די נשמה און דעם גוף פון זייערע ברידער און שוועסטער.

איך פארענדיק מיט א וואונש און ברכה, אז אונזער פאטער אין הימל, דער אב הרחמים, זאל אונז אלעמען געבן א כתיבה וחתימה טובה, לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות, און שיקן אונז די גאולה האמיתית ושלימה דורך משיח צדקנו במהרה בימינו אמן.

המברך ומתברך בכתיבה וחתימה טובה

מנחם מענדל בן חנה

שניאורסאהן

חתנא דבי נשיאה כבוד

קדושת אדוננו

מורנו ורבנו (מליובאוויטש)

זצוקללה"ה

נבג"מ זי"ע הכ"מ

תשנ

ראה הערה לאגרת שלפנ"ז.

כמה מהמכתבים כלליים נכתבו ע"י כ"ק אדמו"ר שליט"א הן בלה"ק והן באידיש (בשינויים), ומשנה לא זזה ממקומה.

נדפסה בשעתה כנ"ל ובלקו"ש שם ע' 403.