ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'רכז

ב"ה, י"ב תשרי, תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מהו"ר מנחם מן שי'

שלום וברכה!

איך האב ערהאלטן אייער בריף פון א' האזינו, אין וועלכען איר פרעגט, וואס אין דעם סידור פון נוסח אדמו"ר הזקן שטייט אז אויך די צווייטע נאכט סוכות זאל מען פריער מאכן לישב בסוכה און דערנאך שהחיינו, און בא אונז דאגעגען פירט מען זיך, אז די צווייטע נאכט, מאכט מען פריער שהחיינו און דערנאך לישב בסוכה.

ענטפער: אונזערע מנהגים זיינען מיוסד אויף דעם וואס מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האט דערציילט ווי זיין פאטער (אדמו"ר מוהרש"9ב נ"ע האט זיך נוהג געווען, און אויך האט זיין פאטער נ"ע אזוי אנגעשריבן אין די הגהות אין דעם סידור אין וועלכען ער האט געדאווענט 0זעהט נאך אין דעם סידור תורה אור וועלכער איז געדרוקט אין נויארק, תש"א, אין די הגהות דף רל"ג, ד"ה קידוש לשלש רגלים).

און בכלל ווייסט איר זיכער, אז אונזערע רביים האבן מדייק געווען זייער אין די מנהגים, נאר ניט אלץ - ווי זיי האבען זיך געפירט - האט מען מפרסם געווען, און דעריבער האבן חסידים פון דעם ניט געוואוסט, און דערפון איז ארויסגעקומען מיספארשטענדנישן, און דאס איז דער זכות פון אונזער דור, ווי מיין שווער כ"ק אדמו"ר האט פילע מאל געזאגט, וואס מ'האט מגלה געווען זאכן, וועלכע זיינען ביז יעצט ניט נתגלה געווארען, און יעצט האט מען געגעבען רשות צו מגלה זיין זיי, אזוי אויך האט מען אונז יעצט מגלה געווען אוצרות פון סיפורים פון רבוה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועלכע מען האט ביז יעצט ניט מגלה געווען, וואס פילע פון זיי זיינען שוין געדרוקט אין די שיחות וואס זיינען שוין אפגעדרוקט געווארען, און פילע פון זיי זיינען שוין גרייט צום דרוק.

עס האט מיט געפרייט צו לייענען אין אייער בריף, אז איר ווייסט אייער חסידישן אפשטאם, און נאך מער אז איר פילט ווי צו שעצען דאס און פירט זיך אויך בפועל אזוי, איך ווינש אייך אריכות ימים ושנים טובות, פשוט געזונטע לאנגע יארן און אויך ווי דער פנימיות'דיקער פירוש פון דעם, אז זיי זאלן זיין אנגעפילט מיט גוטע זאכען, ואין טוב אלא תורה ומצות וכו'.

זיכער היט איר אפ די שיעורים וואס מיין שווער כ"ק אדמו"ר האט קובע געווען, צו לערנען אלע טאג א פרשה חומש מיט רש"י (פון דער סדרה פון דער וואך) און צו זאגען א יום תהלים אלע טאג (ווי דער תהלים ווערט פאנאנדערגעטיילט אויף די טעג פון חודש) און אויך א שיעור תניא - ווי עס איז אויסגעשטעלט אין דעם מורה שיעור - וואס דאס זיינען כלים צו ממשיך זיין ברכה והצלחה אין אלע ענינים.

בברכה.

וואס עס שטייט אין סידור אז בליל ב' זאל זיין ווי בליל א' - האט עס געשטעלט דער צוזאמענשטעלער, און ניט דער אלטער רבי. אדרבה, אין שולחן ערוך פון אדמו"ר הזקן (סי' תרמ"ג ס"א) האט דער אלטער רבי צוגעשטעלט צוויי ווערטער בליל א' - און דערפון לערנט אפ דער רבי (מהורש"ב) נ"ע, אז בליל ב' איז ניט אזוי דער דין. וכמו שכתב בהגה הנ"ל.

א'רכז

מהו"ר מנחם מן: סוועט. אגרת נוספת אליו - לקמן א'שיג.

פירט מען זיך: ראה ס' המנהגים חב"ד ע' 67.

תש"א: ובהוצאת תשמ"ז - ע' 0 .