ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'רמג

ב"ה, כ' מרחשון, תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

לכל מוקירי החינוך הכשר ובפרט לאנ"ש

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צו דער חגיגה פון דעם צען-יאריקן יובל פון דער גרינדונג און עקזיסטענץ פון אירגון בתי הספר לנערות "בית רבקה", אונטער דער אויפזיכט פון "מרכז לעניני חינוך" און פון די מוסדות הק' געגרינדעט דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע,

קום איך דערמיט אויסדריקן מיין באגריסונג און ברכה צו אלע עסקנים, פריינט און שטיצער וועלכע האבן מיטגעהאלפן אין דער אנטוויקלונג און אויפבליאונג פון די דאזיקע מוסדות הק', ובראשם הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצרכי ציבור באמונה בעל מרץ ורב פעלים וכו' מהור"י שי' דזשייקאבסאן. א דאנק זייער אונערמידלעכער און איבערגעגעבענער ארבעט, האבן זיך די דאזיקע מוסדות קונה שם געווען מיט הונדערטע תלמידות, וועלכע זיינען דערצויגן געווארן אין דעם גייסט פון תורה מיט יראת שמים און מידות טובות, א נחת פאר עלטערן און א שטאלץ פאר אלעמען.

ביום ג' לחדש כסלו הבע"ל, קומט פאר, בעזהשי"ת, די חגיגה פון צען-יאריקן יובל פון "בית רבקה". וויל איך זיך דערמיט ווענדן מיט א קריאה של חיבה והתעוררות צו אלעמען וועלכע האלטן טייער די יסודות פון תורה-אידישקייט, ואנ"ש בפרט:

עס איז א חוב קדוש צו שטיצן די מוסדות החינוך "בית רבקה", און יעדער איינער, מאן און פרוי, דארף עס האלטן פאר א גרויסן זכות צו נעמען א פערזענליכן אנטייל אין דער חגיגה, און צו העלפן מיט אלע מעגליכקייטן, בעושה ומעשה, דעם קיום פון די שוין עקזיסטירנדע "בית רבקה" שולעס, און דער דערעפנונג פון נייע.

אין דער איצטיקער צייט, ווען די דאזיקע מוסדות ראנגלען זיך פאר זייער קיום צוליב עקאנאמישע שוועריקייטן, איז יעדע הילף ניט נאר א שטיצע, נאר אויך א רעטונג, - די רעטונג פון א העכסט וויכטיקע פעסטונג פון חינוך הבנות על טהרת הקדש.

דער אויבערשטער בלייבט ניט קיין בעל-חוב, און אלע וועלכע טוען און העלפן אויפן געביט פון חינוך הכשר, ובפרט די אנטיילנעמער און מיטהעלפער פון "בית רבקה, וועלן זיכער געבענטשט ווערן פון השי"ת בהמצטרך להם בגשמיות וברוחניות.

בברכת הצלחה מרובה בעבודתם בקדש ורב טוב גשמי ורוחני.

א'רמג

נדפסה בלקו"ש חכ"ג ע' 417, והושלמה ע"פ העתק המזכירות.