ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'רמה

ב"ה, כ"א מרחשון, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריוו פון יום ד' פ' לך, וואו איר שרייבט, אז איר האט א מעגלעכקייט צו באקומען א סובסידיע, וואס איז אויף דער קאנווענשאן פון... צוגעטיילט געווארן פאר ישיבת... און אנדערע ישיבות.

זיכער ווייסט איר, אז די ליובאוויטשער ישיבות עקזיסטירן העכער פון 50 יאר, און האבן זיך אלעמאל אויסגעטיילט דערמיט וואס זיי זיינען איבער-פארטייאיש, און ניט אפהענגיק פון קיינע זייטיקע השפעות און אריינמישונגען, און צייכנען זיך מיט שטרענגען יראת-שמים בכל הפרטים.

דערמיט האבן זיך די ליובאוויטשער ישיבות דערווארבן א נאמען איבעראל, א נאמען וואס דערמאנט ניט בלויז א שטאט, נאר איז א סימבאל פון א גאנצער שיטה. די הויפט גרונטן פון דער שיטה פון ליובאוויטשער ישיבות זיינען: שטיין מיט שטארקייט אויף דער פראגראם, וואס דער גרינדער פון דער ישיבה האט אויפגעשטעלט, ניט נאכגעבן פארשידענע-ערליי ווינטן וועלכע בלאזן אין גאס, און ניט צולאזן אויף זיך קיין חותם פון וועלכער פארטיי עס זאל ניט זיין.

ניט קוקנדיק אויף דעם, וואס זייער אפט האט די דאזיקע שטעלונג שווערער געמאכט די פינאנציעלע לאגע פון דער ישיבה, איז פאר די 54 יאר זינט די ישיבות זיינען געגרינדעט געווארן תמיד געמאכט געווארן די גרעסטע אנשטרענגונג ניט אפצוגיין פון דער פראגראם, אפילו ווען עס האט זיך געהאנדלט וועגן קאלאסאלע און שטענדיקע סובסידיעס פון די אדער יענע פארטיי.

פון דעם איבערבליק איבער דער היסטאריע און פירונג פון די ליובאוויטשער ישיבות, איז אויך קלאר, וואס לויט מיין מיינונג, עס דארף זיין אייער שטעלונג אין דער פראגע: עס קאן גאר קיין שאלה ניט זיין וועגן אננעמען א סובסידיע פון א פארטיי, אויב אפילו די סובסידיע וואלט געווען קאלאסאל גרויס ווארום דאס איז דער היפוך פון דעם ווילן פון די גרינדער פון די ישיבות, וועמענס נאמען און געדאנקען זיינען אונז טייער, און וואס מיר מוזן אנהאלטן מיט אלע כוחות.

בשעת מען נעמט נאך דערצו אין באטראכט, אז נאך אלע חשבונות איז דער בעל-הבית איבער די הכנסה און הוצאה פון א מוסד - דער אויבערשטער, קען א איד, א מאמין, ניט צולאזן דעם געדאנק, אז דורך דעם וואס ער וועט פאלגן דעם אנזאג פון די מייסדי הישיבות, דער שווער דער רבי און זיין פאטער נ"ע, זאל דערפאר דער אויבערשטער געבן ווייניקער הכנסה אין דער ישיבה. אדרבה, בשעת מען וועט זיך האלטן פעסט אין זייערע וועגן, וועט דער אויבערשטער ברייטער מאכן די צינורות און קוואלן אויפצוהאלטן און פארגרעסערן די ישיבות.

מיט גרוס אלע מיטארבעטער, ובברכת הצלחה בעבודתם בקדש, וכ"ט גם בעניניו הפרטים.