ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'רנד

ב"ה, כ"ג מ"ח, ה'תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון י"ב חשון, אין וועלכען איר שרייבט וועגען...

וועלכער געפינט זיך אין אה"ק ת"ו, און עס גייט אים שווערליך וועגען א שידוך, און איר דיינקט אז ווען ער זאל אונטערקירצען זיין בארד, וואלט גרינגער געווען פאר אים צו קריגען א שידוך, און בפרט אז איר זעהט א[ז] פילע פרומע אידען טוען אזוי:

עס איז איבעריג צו מאריך זיין אין דעם, אז אידען אלע אן אויסנאם, מענער און פרויען, מאמינים בני מאמינים, גלויבען און ווייסען אז דער אויבערשטער ברוך הוא פירט די גרויסע וועלט און אויך די קליינע וועלט פון יעדען מענטשען, בהשגחה פרטית, און בכדי אז מענשען זאלען וויסען ווי צו אויפפירען זיך, האט זיי דער אויבערשטער ברוך הוא געגעבען די תורה הקדושה, וועלכע ווייזט אן די וועג וואס מען מעג יע טאן, און וואס מען טאר ניט טאן, אין פארלויף פון דעם גאנצן לעבען פון דעם מענטשן. און צווישען די אלע מצוות, איז פאראן אויך די מצוה פון טראגען א בארד (פאראן אפילו אזעלכע וועלכע האלטען אז מען מעג יע שערען די בארד, - אבער אויך זיי ווייסען א טראגען א בארד איז א מצוה - עס זיינען אבער דא אזעלכע וועלכע האלטען אז מען טאר ניט שערען די בארד, אט ווי דער צמח צדק, א אייניקעל פון דעם אלטען רבי'ן דער בעל התניא והשולחן ערוך, וועלכער פסק'נט להלכה, אז מען טאר ניט על פי תורה שערען די בארד) בכל אופן איז דאס קלאר, אז טראגען א בארד און ניט שערען איז א מצוה, און אז דאס וויזט, אז דאס איז[א] ענין פון יראת שמים.

במילא איז פארשטענדליך, אז וויבאלד אז אלעס ווענדעט זיך אן דעם רבונו של עולם, און בפרט אין שידוכים זאכען, וואס מער פאר אנדערע זאכן איז אנזעהעוודיג אז דער אויבערשטער ברוך הוא איז דער גאנצער בעל הבית, און ער ברוך הוא האט אנגעזאגט אז טראגען א בארד און ניט שערען זי, איז א מצוה, פארשטייט יעדערער קלאר ריכטיג, אז עס קען ניט זיין א בארד זאל זיין א אפהאלט צו א שידוך, וועלכער איז באמת זיין 1זיווג, 9און אויב עס דאכט זיך אז די בארד שטערט צום שידוך איז דאס א באווייז, אז עס איז א גליק פאר אים אז אזא שידוך זאל ניט צושטאנד קומען, און דעם אמת'ן זיווג זיינעם וועט אים השם יתברך מזמין זיין אין דער ריכטיגער צייט, און זיי וועלען פירען א גליקליכן אידישען לעבען אין דער וועג פון תורה ומצות.

עס וועט מיר זיין אנגענעם צו הערען פון אייך, וועגען אייער פאמיליע, ווי לאנג זייט איר שוין אין לאנד און מיט וואס באשעפטיגען זיי זיך.

בברכה.