ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'רנו

ב"ה, כ"ג מ"ח, ה'תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב ערהאלטען אייער אויספירליכען בריף פון ט' חשון וועגען אייערע וואנדערונגען ביז איר זייט געקומען אין אה"ק ת"ו, און די לאגע פון אייער פאמיליען לעבען, און איר פרעגט מיין מיינונג וועגען אייער פרוי תחי':

מיין מיינונג איז, אז איר דארפט ניט טראכטען וועגען צושיידען, ח"ו זיך מיט אייער פרוי תחי', און זיין שטארק אין בטחון בהשם יתברך, אז ער ברוך הוא וועט איר שיקען א רפואה און זי וועט קומען געזונטערהייט אהיים, און וועט קאנען צוזאמען מגדל זיין אייערע קינדער שיחיו לתורה ולחופה ולמעשים טובים.

עס איז גלייך וואס מען האט אייער פרוי תחי' אריינגעגעבען אין האספיטאל, וואו זי וועט האבען די נויטיגע אויפפאסונג.

דאס וואס איר שרייבט וועגען אייער שווער און שוויגער שיחיו, עס איז אלעמאל שווער צו אויסהערען טענות פון דערווייטענס, מיין מיינונג איז אז איר זאלט זעצען דריי פון אונזערע עלטערע רבנים פון אנ"ש, אדער איר מיט אייער שווער, זאלט זיך פארגלייכען אויף איינעם פון די רבנים, און זיי - אדער ער זאלן אויסהערען אייערע טענות, און געוויס וועלען זיי געפינען א אויסוועג, און בעטן די רבנים זיי זאלן מיר שרייבען זייער מיינונג אין דעם נאכן אויסהערען די טענות פון ביידע צדדים.

איך בין צופרידען צו הערען פון אייער סדר היום אין לערנען, און וויל אייך אויך פארשלאגען, אז איר זאלט האבען אויסגעלערענט ענינים פון תורה אויף אויסווייניג, ווי די ערשטע פרקים אין תניא, און א מאמר חסידות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און עטליכע פרקים משניות, בכדי אז גייענדיק צו און פון דער ארבעט וכיוצא בזה און דער עיקר ווען עס הויבען אן אריינצופאלען מחשבות זרות, זאלט איר האבען באלד די דברי תורה מיט וואס ארויסצושטופען די מחשבות זרות, וכמאמר, מעט אור דוחה הרבה חשך.

בברכת רפואה קרובה לזוגתו תחי' ואשר ביחד עמה תגדלו את כל ילידיכם שיחיו לתורה ולחופה ולמעשים טובים.