ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'שג

ב"ה, כ"ד כסלו, תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מהו"ר פנחס שי',

מזכיר ביהכ"נ נוסח אר"י אנשי ליובאוויטש

שלום וברכה!

זיינער צייט האב איך ערהאלטען אייער בריף אין נאמען פון די מתפללים פון ביהכ"נ נוסח אר"י אנשי ליובאוויטש, מיט דעם בייגעלייגטען טשעק לטובת די קינדער יתומים אין ארצנו הקדושה ת"ו, און בייגעלייגט איז דא מיין בריף צו דער שול, וועלכען איר וועט זיכער איבערגעבען צו די מתפללים שיחיו באופן המתאים.

בנוגע אייער פראגע, אין נאמען פון די מתפללים שיחיו, וואס א טייל מתפללים זאגען אז מען זאל אנטאן א טלית צו דאוונען ביים עמוד, צו קבלת שבת און אויך שבת פארנאכט צו מנחה, און א טייל מתפללים זאגען, אז אין א נוסח אר"י שול, דארפמען ניט אנטאן קיין טלית, דאוונענדיג ביים עמוד צו די אויבענדערמאנטע תפלות, און פרעגט מיין מיינונג אין דעם:

ענטפער:

דער מנהג פון ליובאוויטש - ווי איך האב געהערט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און זיינער צייט איז דאס אויך געדרוקט געווארען אין דעם "היום יום" י"ט כסלו ה'תש"ג, אין השליח צבור מתעטף בטלית, למנחה או למעריב, לא בשבת ויום טוב ולא בראש השנה"

פון דער צווייטער זייט אבער, פארפירען א מחלוקת צוליב דעם איז ניט כדאי, און אויב מען קאן דאס אויספירן גלאטיג אן מחלוקת, איז כדאי אז אויך אייער שול זאל זיך פירן ווי עס פירען זיך אלע אנשי ליובאוויטש, אז אין טלית דאווענט מען נאר אין דער פריה און יום כפור א גאנצע מעת לעת, און אויב עס איז א חשש פון א מחלוקת, איז גדול השלום, וואס צוליב שלום דארפמען נאכגעבען באשטימטע זאכען, אבער על כל פנים נאכגעבען נאר בנוגע דעם דאוונען שבת צו מנחה, אבער ניט בנוגע צו קבלת שבת, וואס דענסטמאל זיינען פראן אייניגע, וועלכע האלטען אז עס איז א סכנה בדבר *.

און השם יתברך זאל העלפען צו אפהיטען די מנהגי ישראל, ווארום מנהג ישראל תורה היא און דאס בריינגט אויך הצלחה אין די ענינים הגשמיים.

בברכה.

א'שג

נדפסה בלקו"ש חי"ג ע' 200, והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

מוה"ר פנחס: קרעמער.

*) ספרים דערמאנט בשערי תשובה או"ח סי"ח. זע אויך פרמ"ג שם. שו"ת שם משמעון מהדו"ק סי' א-ב.